ⓘ מסכת אבות איז די ניינטע מסכתא אין סדר נזיקין אין משניות. די מסכתא האנדלט אין ענייני מוסר, מידות טובות און דרך ארץ. אין משניות האט מסכת אבות פינף פרקים. צוזאמען ..

                                     

ⓘ מסכת אבות

מסכת אבות איז די ניינטע מסכתא אין סדר נזיקין אין משניות. די מסכתא האנדלט אין ענייני מוסר, מידות טובות און דרך ארץ.

אין משניות האט מסכת אבות פינף פרקים. צוזאמען מיט דער ברייתא פון קנין תורה, ווערט די מסכתא גערופן פרקי אבות, און איז געדרוקט אין סידורים מיט דעם נאמען, צו זאגן די זומער שבתים מנחה צייט.

אויף מסכת אבות איז נישט דא קיין גמרא, נישט אין בבלי און נישט אין ירושלמי; אויך איז נישט דא אין דער מסכתא קיין תוספתא. אבער סאיז דא אין מסכתות קטנות א מסכתא אבות דרבי נתן, וואס פארברייטערט דעם אינהאלט פון דער מסכתא.

                                     

1. אינהאלט פון דער מסכתא

אנדערש ווי אנדערע מסכתות, מסכתא אבות איז נישט קיין הלכות, די מסכתא איז נאר עוסק אין מוסר, דרך ארץ און מידות טובות, און אויף דעם האט רבא געזאגט "האי מאן דבעי למהוי חסידא, לקיים מילי דאבות", דאס מיינט - ווער עס וויל זיין א חסיד זאל איינהאלטן וואס שטייט אין פרקי אבות.

                                     

2. פארשידנס

דער ברטנורא זאגט אז וועגן דעם הייבט זיך עס אן מיט משה קיבל תורה מסיני, וויבאלד די גויים האבן אויך פארדידענע מוסר וואס זיי פארשטייען, וויל די משנה זאגן אז מסכת אבות איז א קבלה מהר סיני פונקט ווי אלע אנדערע מסכתות.