ⓘ פרעזידענטן פון ישראל ..

חיים ווייצמאן

חיים עזריאל ווייצמאן, איז געווען דער ערשטער פרעזידענט פון ישראל. א כעמיקער פון פאך אויס, פון די גרויסע ציוניסטישע פאליטיקער, און פרעזידענט פון דער אלוועלטלעכער ציוניסטישער באוועגונג.

פרעזידענט פון ישראל

דער פּרעזידענט פון ישראל איז דער ראש מלוכה פון ישראל. די שטעלע איז מערסטנס אַ צערעמאנישע ראָלע, און די עקזעקוטיווע מאַכט ליגט מיט דער רעגירונג און דעם פרעמירע מיניסטער. דער היינטיקער פרעזידענט איז ראובן ריוולין, וואס האט אויפגענומען דעם אמט אום 24סטן יולי 2014. פרעזידענטן ווערן דערוויילט דורך דער כנסת פאר א איינציקן קאדענץ פון זיבן יאָר.

משה קצב

משה קצב איז געווען דער אכטער פרעזידענט פון מדינת ישראל. דער ערשטער פּרעזידענט װאָס איז נישט פֿון מפא"י. ער איז געבוירן אין איראַן און איז אָנגעקומען אין ישראל צו פֿינף יאָר, אין 1950. ער איז געווען יארן לאנג א חבר הכנסת מטעם ליכוד. צו 24 יאָר געװאָרן פֿאָרזיצער פֿונעם אָרטס-ראַט - דער ייִנגסטער אין דער מוניציפּאַלער געשיכטע פֿון ישׂראל; צו 32 יאָר געװאָרן אויסגעװײלט אין דער כּנסת אויפֿן 9טן אָרט אין דער רשימה פֿון "ליכּוד", און צו 39 יאָר געװאָרן דער ייִנגסטער מיניסטער אין ישראל.

אפרים קציר

אפרים קציר איז געווען א ישראלדיקער ביאפיזיקער, און דער פערטער פרעזידענט פון מדינת ישראל, ער האט געווינען מערערע פרעמיעס פאר זיינע אויפטוען דורך ישראלדיקע ארגאניזאציעס.