ⓘ געטראנקען ..

זאפט

זאַפֿט איז א פליסיקייט וואס געפינט זיך נאטירלעך אין פרוכט" און גרינצייג. אויך רופט מען זאפט א פליסיקייט וואס אנטהאלט א נאטירלעכן זאפט אדער א פליסיקייט וואס קומט פון פלייש אדער פיש. מען טוט אפט פארשלינגן זאפט ווי א געטראנק, אדער מען ניצט אים צו געבן געשמאק אין עסנווארג. א טייל פון די פרוכט וואס מען ניצט צו מאכן זאפט זענען עפל, מאראנץ, טאמאטע, אנאנאס, גרייפפרוכט, גוואווע, מאנגא, קאווענע, זשורעכלינע, וויינטרויבן, לימענע און גרינע לימענע. אין דעם פאראייניגטן קעניגרייך מעג מען רופן זאפט, לויטן געזעץ, נאר צו ריינעם זאפט פון פרוכט אן קיין שום אנדער זאך נישט אריינגעמישט.

טיי

טיי איז א געטראנק וואס מען טרינקט איבער דער גארער וועלט. טיי ווערט געמאכט דורך ווייקן די געטרוקנטע בלעטער אדער בלומען פון דעם פלאנץ קאמעליע סינענסיס אין קאכעדיק וואסער. מען קען אריינגעבן אין טיי אנדערע געווירצן אדער אראמאטן פון פירות, למשל לימענע. מען ניצט אויך דאס ווארט "טיי" פאר אנדערע געטראנקען געמאכט דורך ווייקן אויבסטן אדער געווירצן אין הייס וואסער, למשל "קאמאמיל טיי".

טרויבן-זאפט

טרויבן זאַפֿט איז דער זאַפֿט ארויסגענומען פון וויינטרויבן וואָס איז נישט דורך דעם יערן פּראָצעס, און דעריבער אנטהאלט נישט קיין אַלקאָהאָל ווי אין וויין. דער דאזיקער געטראנק איז אַ נייער פּראָדוקט פון דעם לעצטן יארהונדערט, וואָס די פריערדיקע דורות האבן נישט געוואוסט דערפון ווייל עס איז געווען שווער אפצוהיטן די וויינטרויבן אַ לאַנגע צייט אָן דעם יערן פּראָצעס וואָס שאפט פון די הייוון אַלקאָהאָל, אָדער אָן דעם וואס דער געטראנק ווערט קאַליע ווי אַ רעזולטאַט פון באַקטערישער טעטיקייט אין דעם טרויבן זאפט נאכדעם וואס ס׳איז אויסגעקוועטשט פון די טרויבן. ביז דער דערפינדונג פון פּאַסטעריזאציע אין דער ...

מאראנצן זאפט

מאראנצן זאפט איז א פרוכט זאפט וואס ווערט ערהאלטן דורך אויסקוועטשן, צודרוקן אדער דורך צעמאלן די אינעווייניגסטע טייל פונעם מאראנץ. עס ווערט געטרונקען דורך מענטשן ארום דער וועלט אלס א געשמאקן געטראנק. דער גרעסטער עקספארטירער פון די מאראנצן זאפט איז בראזיל נאכגעפאלגט דורך די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע, בעיקר דורך פלארידע וואו עס איז דער אפיציעלער שטאטישער געטראנק. איין מאראנץ געבט געווענליך ארויס 90 גראם אויף זאפט. א חוץ וואסער און צוקער, איז עס אן אויסגעצייכנטער קוואל פאר וויטאמין C און קאליום, אויך איז עס א גוטער נאטירליכער קוואל פון פאליק עסיד וויטאמין B 9 וואס איז רעקאמענדירט פאר פרויען ...

מעקסיקן קאוק

אין די פאראייניגטע שטאטן איז א מעקסיקן קאוק א סארט געטראנק פון די קאוקע קאולע פירמע וועלכע ווערט אימפארטירט פון מעקסיקע. די אונטערשייד איז אז עס אנטהאלט געווענליכע צוקער אנשטאט קארן סירופ און ווערט אריינגעלייגט אין גלאזערנע פלעשער. אויף די פלאש איז ארויפגעדרוקט די פירמעס סימבאל און די באשטאנדטיילן אינפארמאציע ערשיינט אויף א קליינע ווייסע קלעב-צעטל. די סיבה פארוואס מען זוכט און באעפארצוגט ספעציעל דאס, זענען פארשידנארטיגע. טייל טענהן אז עס איז מער ארגינעל און בעסער אין טעם און אנדערע ווילן פשוט אויסמיידן די הויכע קאלאריעס פון קארן סירופ און די שעדליכע כעמיקאלן אין אנדערע צוקער ערזאצן אין די ...

סנעפל

סנעפל איז א פאפולערער ברענד פון קאלטע טיי, לעמאנאדע, לייכטע פרוכט-טעם געטראנקען און וואסער זינט 1980. זיי פראדוציהרן עס אין גלאזערנע און פלעסטיק פלעשער.

קאווע

קאַווע איז א אלגעמיינער נאמען פאר הייסע און צומאלן קאלטע געטראנקען וואס מען מאכט פון געבראטענע קאווע באנדלעך. זי פארמאגט אין זיך קאפעין וואס לעבט אויף דעם מענטש. קאווע אראביקא Coffea arabica, דער מערסטער פארשפרייטער זגאל פון דעם קאווע פלאנץ, איז אן אלעמאל-גרין פלאנץ וואס שטאמט פון עטיאפיע. אנדערע זגאלן, קאווע ליבעריקא Coffea liberica און קאווע ראבוסטא Coffea robusta, זענען געפונען אין פארשידענע געגנטן פון אפריקע.

קאקא קאלע לעבן

קאוקע קאולע לעהבן איז א זיהסער געטראנק פראדוציהרט דורכן קאוקע קאולע פירמע. עס וועהרט געזיהסט מיט צוקער און סטיוויע אנשטאהט קוקרוזע סירופ, ממילא האט עס אסאך ווייניגער קאלאריעס. עס איז צועהרשט ארויסגעקומען אין ארגענטינע אין יוני 2013 און אין טשילע אין נאוועמבער פון יענעם יאהר. נאך דעהם דערפאלג אין די לענדער, איז עס געווארן אינדארסיהרט צו די פאראייניגטע קעניגרייך אין אויגוסט 2014 און דערנאהך אין די פאראייניגטע שטאטן, מעקסיקע און שוועהדן. אין קאנאדע קען מען עס באקומען זינט 2016. עס וועהרט פארקויפט אין פלעשער - גלאהז און פלאסטיק מיט גרויע דעקלעך, אדער קענס מיט גרין קאליהרטע קלעהב-צעטלעך און דעקלעך.

                                     

באטידא דע קאקא

באַטידאַ דע קאָקאָ איז אַ בראַזיליִאַנישע משקה פֿון קאַשאַסאַ, װאָס איז אַ מין שנאַפּס, צוקער און קאָקאָס. באַטידאַ מײנט געשלאָגן אױף פארטוגעזיש, װײַל מע האַקט דעם קאָקאָס צוזאַמען מיט דער קאַשאַסאַ.

                                     

בערבעין

בערבעין איז אן אמעריקאנער וויסקי געמאכט פון 51% קארן. עס איז אנדערש ווי סקאטש אז געווענטליך האט עס מער טעם אבער פון די אנדערע זייט איז עס נישט אזוי גלאט ווי סקאטש

                                     

פאג

פּאַג ענגליש: POG) איז א טראפישע פרוכט-זאפט געטראנק ערצייגט אין 1971 דורך מערי סאאן פון האוואי. עס באשטייט פון פעישןפרוכט, מאראנצן און גואווא וואס דאס מאכט דער אקראנים פּי. או. דזשי.

                                     

קאקא קאלע

קאקא-קאלע איז די גרעסטע פירמע אין דער וועלט וואס פארבריצירט זיסע קארבינירטע געטראנקען, די מערסטע פאפולערע איז זייער קאלע סאדע, מרופט עס אין קורצן "קאק" עס איז א זיסער טונקעלער געטראנק געמאכט מיט קארמאליזירטע צוקער און קאפעין. די פירמע איז הויפטקווארטירט אין אטלאנטא, דזשארדזיע. זייער אנדערע געטראנקען זענען: סאנקיסט ספרייט און ארץ ישראל האט עס א הכשר פון הרב משה לאנדא פון בני ברק. מען האט געמאכט קאקא־קאלע צום ערשטן מאל דעם 8טן מיי 1866.