ⓘ טאנץ. טאַנצן איז אַ אױסדריק מיט באװעגן דעם קערפּער װען מען הערט מוזיק אָדער טעמפּאָ. געװײנטלעך טאַנצט מען צו אױסדריקן פרײלעכקײַטן אָדער ליבשאַפט. די קונסט צו בא ..

                                     

ⓘ טאנץ

טאַנצן איז אַ אױסדריק מיט באװעגן דעם קערפּער װען מען הערט מוזיק אָדער טעמפּאָ. געװײנטלעך טאַנצט מען צו אױסדריקן פרײלעכקײַטן אָדער ליבשאַפט.

די קונסט צו באשאפן טענץ הייסט כארעגראפיע.

עס זײַנען דאָ פֿאַרשידענע סאָרט טענץ:

  • טאַנגאָ
  • הארא
  • ר אלימלךס טאנץ
  • װאַלעס
  • היפ האפ
  • ברוגז טאנץ
                                     

1. אידישקייט

ביי דער חסידישער וועלט איז א גרויסע מצוה צו טאנצן. דער יודישער טאנץ, איז עפעס וואס רופט זיך קאזאטשקע צו ווי מרופט עס היינט קאדאטשקע, און אין ירושלים הייסט דאס א דעבקע.

סזענען פארהאנען באקאנטע אויסגעצייכנטע טענצער ביים חרדישען ציבור, ווי צום ביישפיל: שמחה ברייער פון תולדות אהרן ירושלים.

געוויסע חרדישע אקטיארן, צייכענען זיך אויכעט אויס, מיטן אריינשפילן טענץ, אין זייערע בינע שפילן, ווי צום ביישפיל: יוסף ארי פרענקל, מנשה לוסטיג, אהרי גליק, אייזיק ווייס.

די פאך פון טאנצן, האט טאקע מיט גוטע שטארקע פיס, אבער די קונצט, איז פונעם מח, וואס באפעלט די אינטערעסאנטע תנועות.

עס איז א מנהג צו טאנצן ביי א חתונה און ביי שמחת בית השואבה א.א.וו.