ⓘ דעת ה איז א מעלה העכער סתם אמונה און בטחון נאר מען דארף טאן אין חקירה צו זעהן אין מוח בחוש און זיין איבערצייגט איבער דעם באגריף פון א גאט. עס ליגט אים דעם מושג ..

                                     

ⓘ דעת ה

דעת ה איז א מעלה העכער סתם אמונה און בטחון נאר מען דארף טאן אין חקירה צו זעהן אין מוח בחוש און זיין איבערצייגט איבער דעם באגריף פון א גאט.

עס ליגט אים דעם מושג א צווייפאכיגער ידיעה סיי אז עס איז דא א באשאפער און סיי וויאזוי ער פירט זיך און זיין רצון צו נאכקאפירן און טאן.

                                     

1. אידישקייט

אין ספר חובת הלבבות איז דא א גאנצער קאפיטל וויאזוי פונטקליך מקען מקיים זיין די מצווה עס ווערט גערופן שער הבחינה מיט 7 מהלכים פון מחשבה צו בויען א סטרוקטאר אין זיך שטענדיג זעהן בחוש די מעשים און פעולות פון גאט.

עס איז דא אזא מין זאך ווי די י"ג מידות פון הקב"ה על פי קבלה אז דאס איז דער וועגען וויאזוי גאט האט באשאפען די וועלט און ער פירט איר ווייטער מיט די מידות.