ⓘ וויסן ..

וויסן

צו מיינט איר וויסנשאפט? וויסן איז א וויסיקייט אדער פארשטאנד פון א מענטש אדער א זאך, למשל פאקטן, אינפארמאציע אדער טאלאנטן, וואס מען קען באקומען דורך דערפארונג אדער בילדונג דורך באמערקן, אנטפלעקן אדער לערנען. וויסן דעת; איז כולל שכל - און חכמה. ווען איינער פארציילט אייך א זאך וואס פאר אייך באקאנט נוצט מען דאס צו זאגן פאר יענעם איך ווייס דערפון שוין. גענוי וואס הייסט וויסן איז א שמועס צווישן פילאסאפן.

איבערלעבונג

איבערלעבונג אָדער דערפֿאַרונג מיינט אויספרוּװ דורך אייגענע זעהן און טאן נישט דורך לערנען פון אנדערע נאר דאס מיטלעבן. ווי שווערער עס איז געווען די איבערלעבונג אלס בעסער און קלארער בלייבט עס איינגעקריצט ביים מענטש. עקספערימענט איז דער וועג ווי אזוי מען פרוּװט אויס צו האבן איבערלעבונג.

איגנאראנץ

איגנאריזם איז דער חסרון פון ידיעה. עס איז באנוצט בעיקר בשעת א מחלוקת וואס איינער איגנארירט דעם צווייטען. עס איז אויך א מידה פון נישט וועלן צולייגן קאפ און זיך לערנען וויסן.

בילדונג

בילדונג איז איבערגעבן פעהיקייטן און וויסן. דורך בילדונג טוט מען אויסלערנען וועגן געזעלשאפט און דער וועלט ארום. פארמעלע בילדונג גייט אן אין שולעס. אין רוב פון דער וועלט זענען פאראן עלעמענטארע שולעס פאר יונגערע קינדער, און הויכשולעס פאר עלטערע קינדער. אויך איז דא א דריטער ניווא פון בילדונג, למשל אין אוניווערסיטעטן. אויך איז פאראן בילדונג צו לערנען א פאך. אבער בילדונג גייט אן א גאנץ לעבן, און ווי אלט א מענטש איז קען ער נאך לערנען. א טייל פון בילדונג איז זאכן וואס מלערנט אין דער היים און פון דער סביבה וויאזוי צו באהאנדלען זיך.