ⓘ אוויאציע ..

באואינג

באָואינג איז די וועלטס גרעסטע עראספעיס פירמע הויפטקווארטירט אין שיקאגא, אילינאוס. די פירמע איז צעטיילט צו צוויי אפטיילונגן, די ערשטע די קאמערציאלע אפטיילונג וועלכע פראדוצירט קאמערציאלע לופטמאשין פאר לופטליניעס און די צווייטע איז איר דעפענס לופטמאשין פראדוקציע. באואינג איז אמעריקעס צווייטע גרעסטע דעפענס לופטמאשין קאנטראקטאר נאך לאקהיד מארטין וואס מיינט אויך די וועלטס צווייטע גרעסטע דעפענס לופטמאשין קאנטראקטאר. באואינג איז א ריכטיגע אמעריקאנער פירמע וועלכע פראדוצירט אלע אירע מאדעלן אין אמעריקע און גיט ארבעט פאר 152.000 אמעריקאנער צעטיילט אין 10 סטעיטס רוב פון זיי אין עווערעט, וואשינגטאן, ניש ...

האנגאר

א האנגאר איז אן אפגעצאמטער סטרוקטור צו האלטן פליווארג אין געשיצטן לאגער. רוב מאדערנע האנגארן זענען געבויט פון מעטאל, אבער האלץ און בעטאן ווערן אויך געניצט. דאס ווארט האנגאר שטאמט פון א צפון-פראנצויזישן דיאלעקט, און באדייט א פי פען. א האנגאר באשיצט פליווארג פון וועטער און אולטראוויאלעט ליכט. האנגארן ווערן אויך געניצט אלס א פארצאמטן ווארשטאט אדער א מאנטאזש שטח. דערצו אין א האנגאר קען געהיימע פליווארג ווערן באהאלטן פון שפיאן סאטעליטן און שפיאן עראפלאנען. די זאלן אויף שיפן וואס טראגן פליווארג ווערן אויך גערופן האנגארן.

לופטמאשין

א לופֿטמאַשין ‏ איז א פֿאָרמיטל וואס פֿליט. עס זענען פאראן צוויי סארטן לופֿטמאשינען. טייל זענען שווערער פון דער לופֿט, און האלטן זיך ארויף דורך באוועגן לופֿט איבער זייערע פליגלעך, ווי למשל עראָפלאַנען, העליקאָפּטערס און אַוויאָנעטקעס. אנדערע זענען לייכט, און שווימען אין די לופֿטן, ווי לופֿטבאַלאָנען און לופֿטשיפֿן. אין אלגעמיין פֿאָרט אַ לופֿטמאַשין מיט מאטאר מאַכט, ווי עראָפלאַנען, העליקאָפּטערס און לופֿטשיפֿן. אבער אַוויאָנעטקעס און לופֿטבאַלאָנען פֿאָרן אָן מאַכט. אין דעם 15טן יארהונדערט האט לעאנארדא דא ווינטשי געפלאַנעוועט די ערשטע לופֿטמאַשין וואס איז געווען שווערער פֿון די לופֿטן, די ...

עראפלאן

אן עראפלאן אדער פליגער איז א סארט לופטמאשין וואס איז געוויינטלעך שווערער ווי לופט און טוט זיך הייבן מיט זיינע פליגלען און פליען דורך לופט. עס איז איין וועג פון טראנספארטאציע ווי אזוי צו אנקומען פון איין פלאץ צום צווייטן. א פליגער הייבט זיך אין די לופט 30.000 פיס מיט א גיך פון 400 - 500 מייל א שעה און דאס איז דערווייל די שנעלסטע מיטל פון טראנספארטאציע. די עלטערע און קלענערע עראפלאנען האבן פראפעלער מאטארן, אבער אלע מאדערנע גרויסע עראפלאנען פארן מיט דזשעט שטראָמען.

ערבוס

ארגינעל איז ערבוס געווען א קליינע פליווארג פראדוצירער צווישן א רייע אייראפעישע פליווארג פירמעס אין די 60ער יארן אונטער אן אנדערע נאמען. ערבוס איז געבוירן אין די ענדע 60ער יארן אלס א קאלאבאראציע צווישן בריטן, דייטשלאנד, און פראנקרייך וועלכע האבן געזוכט צו קאנקורירן מיט אמעריקעס גרעסטע פליווארג פירמעס באואינג און דאגלעס. דאס איז געקומען נאך די געלונגענע קאנקארד וועלכע איז אויך געווען א פאראייניגטע פראיעקט צווישן בריטן און פראנקרייך. די ערשטע מאדעל איז געווען די A300 וועלכע איז געווען א דירעקטע קאנקורענט צו באואינגס 737 אבער עס האט זיך נישט אויסגעארבעט צוליב טעכנישע און פאליטישע סיבות און ברי ...