ⓘ געצייג ..

אקער

אן אַקער אדער סאָכע איז א געצייג געניצט אין פארמעריי צו קולטיווירן די באדן צו ווערן ווייך כדי מזאל קענען איינזייען אדער פלאנצן. אן אקער ווערט געשלעפט מיט א פאר אקסן אדער פערד אדער אייזלען, אדער מיט א טראקטאר. דער אקער איז א וויכטיקער געצייג אין לאנדווירטשאפט. ער קען זיין געמאכט פון האלץ אדער אייזן אדער שטאל.

באשטעק

באַשטעק זענען די געצייג מיט וואס מען עסט. דאס ווערט אפט געמאכט פון זילבער אדער שטאל. אין דער מערבדיקער קולטור זענען די עיקר באשטעק א מעסער, א גאפל און א לעפל.

פלארעסענט באלב

א פֿלואָרעסצירנדיק לעמפל איז א סארט עלעקטריש לעמפל וואס שאפט ליכט מיט הייסן גאז. עס ווערט גענוצט צו באלייכטן הייזער און געביידעס. דאס לעמפל איז אנדערש ווי א קאנווענציאנאל לעמפל וויבאלד עס נוצט כמעט דאס גאנצע ענערגיע וואס עס נעמט וועלכע איז א צענטל די ענערגיע מאס וואס א געווענליך לעמפל נוצט. מיט די אנגייענדיגע דעבאטע איבער גלאבאלע אנווארימונג האבן מיליאנען מענטשן איינגעטוישט טייל פון זייערע באלבס צו פלארעסענט באלבס צו שפארן ענערגיע און טאן עפעס ממשות צו ראטעווען די ענווייראמענט. א פֿלואָרעסצירנדיק לעמפל האט אין זיך א כעמיקאל וואס הייסט "פאספאר" און איז צוזאמענגעשטעלט פון קוועקזילבער וועפארס ...

פערזענלעכער קאמפיוטער

א פערזענלעכער קאמפיוטער איז א קאמפיוטער וואס האט נארמאלעווייזע נאר איין באניצער, און איז פאסיג דערצו סיי צוליב זיין פרייז סיי צוליב זיין גרייס. א פערזענלעכער קאמפיוטער קען זיין א טיש קאמפיוטער, א שויס קאמפיוטער, א טאָװל־קאָמפּיוטער אדער א האַנטפֿלאַך־קאָמפּיוטער. רוב פערזענלעכער קאמפיוטערס האבן דעם אפערירן סיסטעם ווינדאס אדער מאק אס אדער לינוקס. די מייסטנס געפונען מיקראפראצעסארן אין פערזענלעכע קאמפיוטערס זענען אדער x86 אדער PowerPC. ווייכווארג צו באקומען פאר פערזענלעכע קאמפיוטערס איז כולל ווארט פראצעסן, ספרעדשיטס, שפילן און נאך פארשידנס אויף אלע צוועקן. על פי רוב האט דער קאמפיוטער אן אינטע ...

קאנטשיק

א קאַנטשיק איז א געצייג וואס איז געמאכט צו שמייסן דערמיט בעלי חיים אדער מענטשן; אמאל פלעגן די לערער ניצן א קאַנטשיק אויף קינדער אין א חדר. שמייסן מיט א קאַנטשיק איז א טיפ קערפערליכע שטראף. דער קאַנטשיק ווערט צוזאמען געשטעלט דורך פארשידענע באשטאנדטיילן וועלכע ציפן שטארק, ראבער אדער פאפען דעקל אדער דיקע פלאסטיג צומאל שטעלט מען דאס צוזאם פון עטליכע אויף אמאל און מען בינד דאס צי מיט שווארצע טעיף וואס דאס אליינס ציפט אויך שטארק.

רעספיראטאר (מעדיצין)

א רעספיראַטאר איז א מעדיצינישע מאשין וועלכער בלאזט אריין אקסיגען אין א מענטש וואס קען נישט אליין אטעמען. כדי א מענטש זאל קענען לעבן מוז דאס בלוט וואס שטראמט אין זיינע אדערן זיין אקסיגען-רייכע בלוט. אויב דער מענטש קען נישט אטעמען, ווערט דאס בלוט נישט בארייכערט מיט אקסיגען און קען דעריבער שטארבן. דער רעספיראטאר דינט במקום די לונגען צו צושטעלן אקסיגען פאר דעם בלוט. צוליב איר לעבנס וויכטיגע באנוץ, קומען די היינטיגע רעספיראטארן אויסגעשטאטע מיט באטאריעס און אנדערע מעכעניזם, אז אין פאל פון א קורץ שלוס זאל דער מאשין ווייטער געבן אקסיגען. מאדערנע רעספיראטארן זענען אויך אויסגעשטאטעט מיט דיגיטאלע סקר ...

שפאקטיוו

דער שפאקטיוו פארמאגט צוויי לינדזן וואס ווען ביידע ווערן געלייגט איינע בעפאר די אנדערע טוט עס דערנענטערן און גרעסער מאכן דער אביעקט אויף וועלכן מען קוקט. די פאדערשטע לינז וועלכע איז נעטנער צו די אויגן ווערט אנגערופן א קאנקאווע לינז. דאס איז א אויסגעארבעטע לינז וואס ברענגט נענטער אן אביעקט צוליב איר געדרייטע פארעם. די זעלבע לינז ווערט אויך גענוצט אין טעלעסקאפן. די צווייטע לינז איז א געמישטע לינדז פון צוויי מאטריאלן פון וועלכע די מערהייט דערפון פארגרעסערט דעם אביעקט וואס איז נענטער געברענגט געווארן דורך דער קאנקאווער לינז. די קאנקאווע לינז איז אויסגעארבעט און געשניטן אויף א שמאלע רינדיקייט או ...

שרייבמאשין

די שרייבמאשין איז א מעקאניש אדער עלעקטראניש מיטל מיט קלאווישן וואס, ווען מען קלאפט זיי, דרוקט אותיות אדער סימבאלן אויף פאפיר. ווערנד רוב פונעם 20סטן יארהונדערט האט יעדע ביורא געהאט א שרייבמאשין. אבער זייט 1980 האט מען ווארט פראצעסאר אפליקאציעס וואס מען ניצט אנשטאט א שרייבמאשין. אין די אנטוויקלנדיקע לענדער ניצט מען נאך שרייבמאשינען. אין יאר 2006 איז נאך געווען אסאך פירמעס וואס פאבריצירן שרייבמאשינען, למשל, סמיט-קאראנאַ, אליוועטי, אדלער-רויאל און בראדער. קלאפן אותיות אויף א שרייבמאשין ווערט אנגערופן טייפן.

                                     

קוליע

א קוליע איז א טעכנאלאגישע הילף פאר באוועגונג פון א מענטש. זי מאכט גרינגער פאר מענטשן וואס האבן שוועריקייט אין גיין, און צוליב דעפעקטיווקייט, קראנקייט אדער א וואונד איז שווער פאר זיי ניצן איינע אדער ביידע פון זייערע פיס. די פשוט׳סטע קוליע איז א הויכער שפאציר-שטעקן מיט א סיסטעם פון הענטלעך. על פי רוב האט די קוליע אויבן א שטיץ פאר דער ארעם, און אן ארט פאדעשווע פון א מאטריאל וואס טוט פארמיידן גליטשן.