ⓘ מסכת חולין איז די דריטע מסכתא פון סדר קדשים אין משניות, די מסכתא האנדלט ארום דיני בהמה וואס זענען נישט קרבנות. זי האט 12 פרקים, און 142 דפים גמרא אין תלמוד בבלי ..

                                     

ⓘ מסכת חולין

מסכת חולין איז די דריטע מסכתא פון סדר קדשים אין משניות, די מסכתא האנדלט ארום דיני בהמה וואס זענען נישט קרבנות.

זי האט 12 פרקים, און 142 דפים גמרא אין תלמוד בבלי.

                                     

1. נעמען פון די פרקים אין דער מסכתא

  • השוחט - דיני טריפות.
  • הכל שוחטין - דיני שחיטה.
  • הזרוע והלחיים – דיני הזרוע, הלחיים והקיבה ממתנות כהונה.
  • בהמה המקשה – דיני אכילת עובר בהמה וואס געפינט זיך נאך אין די בויך פון די מאמע בשעת איר שחיטה.
  • אותו ואת בנו – דיני איסור שחיטת א מאמע און א קינד אין די זעלבע טאג.
  • שילוח הקן – דיני מצוות שילוח הקן.
  • כסוי הדם – דיני מצוות כיסוי דם.
  • גיד הנשה – דיני איסור פון עסן די גיד הנשה.
  • העור והרוטב – דיני טומאת מאכלים בבשר בהמה שחוטה.
  • כל הבשר – דיני בשר וחלב צועסן צוזאמען.
  • אלו טרפות – דיני סימני הטהרה אין בעלי חיים טהורים.
  • ראשית הגז – דיני מצוות ראשית הגז.
                                     

2. אינהאלט פון דער מסכתא

מסכת חולין אנטהאלט, די דיני בהמה, וואספארא בהמות, וועלכע חלקים, ווי אזוי, און מיט וואס, א איד מעג עסן.

די זיבעטע און אכטע פרקים זענען פון די יסודות פון הלכות איסור והיתר וועגן דעם רופט מען אן מסכת חולין, מסכת "כלל גדול" ברכי יוסף יורה דעה סימן רמו.