ⓘ רבי אלעאי, איז געווען א תנא, וואס ווערט דערמאנט איין מאל אין משניות. עס איז געווען ר אלעאי הזקן, א תנא, דער טאטע פון ר יהודה וואס איז באקאנט אלס ר יהודה בר אלעא ..

                                     

ⓘ רבי אלעאי

רבי אלעאי, איז געווען א תנא, וואס ווערט דערמאנט איין מאל אין משניות.

עס איז געווען ר אלעאי הזקן, א תנא, דער טאטע פון ר יהודה וואס איז באקאנט אלס ר יהודה ב"ר אלעאי.

ר אלעאי הזקן איז געווען א תלמיד פון רבי אליעזר הגדול. מיר געפונען אויך ווי ער האט געלערנט פאר ר ישמעאל.

ער איז געווען ביי דער תקופה פון יבנה נאכן חורבן בית המקדש ווי דער גמרא זאגט אז ער איז געגאנגען קיין יבנה און געלערנט מיט די תלמידים פון ר גמליאל, ר אליעזר און רבי עקיבא.

ער האט זייער לאנג געלעבט דעריבער ווערט ער אנגערופען מיטן נאמען "הזקן". ווי דער גמרא זאגט דארט ר אלעאי הזקן זאגט ווען איינער זעט דער יצר הרע שטארקט זיך אויף אים ער קען אים נישט בייקומען זאל ער גיין צו א באהאלטן פלאץ ווי קיינער קען אים נישט, און זאל טועהן וואס זיין הארץ באגערט, אבער נישט אפענערהייט ווייל דאס וועט ברעגנן א חילול השם.

אויך זאגט אויף אים די גמרא נהוג עלמא כתלתא סבי ברכות כ"ב ע"א, די וועלט פירט זיך ווי דריי אלטע אידן, ווי ר אלעאי ביי די הלכה פון ראשית הגז.