ⓘ וואסער טראנספארט ..

פאנאמא קאנאל

דער פאנאמא קאנאל איז א חשובער נאוויגאציע קאנאל וואס גייט אריבער דעם איסטאמס אין פאנאמא, צענטראלע אמעריקע, און פארבינדט דעם אטלאנטישן אקעאן מיטן פאציפישן אקעאן. דער קאנאל איז לאנג 77 ק"מ. בויען דעם קאנאל איז געווען איינע פון די גרעסטע און שווערסטע ארויסרופן פון אינזשעניריע. א דאנק דעם קאנאל קענען שיפן פארן גלייך צווישן די צוויי אקעאנען אן צו דארפן ארומפארן דרום אמעריקע און דעם מאגעלאן דורכגאס, וואס פארקירצט די נסיעה מיט 13.000 קילאמעטער. אדורכפארן די לענג פונעם קאנאל דויערט 8 ביז 10 שעה. דער אריגינעלער געדאנק פון א קאנאל אין פאנאמא האט מען געקלערט שוין דעם 16טן יארהונדערט. אין 1880 האבן די ...