ⓘ פראגראם שפראכן ..

C (פראגראם שפראך)

סי שפראך איז א וויכטיקע פראגראם שפראך געשאפן דורך דעניס ריטשי. C איז די הויפטשפראך פון א סך פראגראם שפראכן. C שרייבט מען מיט א נאטירלעכע שפראך געבויט פון פארשיידענע פונקציעס, און מען ניצט א קאמפיילער איבערצוזעצן דעם נאטירלעכע שפראך צום מאשינס שפראך.

PHP

PHP איז איינע פון די קאמפיוטער פראגראמירן שפראכן וואס ווערט אסאך געניצט היינט. עס איז אריגינאל געבויט געווארן פאר וועב פלאנעווען, אבער צוליב זיין שטארקן איינפלוס האבן דאס מענטשן אנגעהויבן צו נוצן אלס א געווענליכער פראגראמירן שפראך, אזוי אז היינט צוטאגס בויען שוין מענטשן דערויף אייגענע דערווייל נאר פריוואטע אפערירן סיסטעמען. עס איז אן אפענער קאד שפראך, דאס טייטש אז יעדער קען זיך אנהענגען דערין און צולייגן אראפנעמען וכדו, וואס לויפט אונטער דעם GNU ליצענץ. די ערשטע ווערסיע דערפון איז ארויסגעקומען אין יאר 1996, וואס דאן איז דאס געווען בלויז אויף א קליינעם פארנעם לויט די C פראגרמירן סטאנדארטן, ...

קאמפיוטער שפראכן

קאָמפּיוטער שפּראַכן איז כולל אלע ערליי שפראכן וואס מען ניצט אויף א קאמפיוטער פאר פארשידענע צוועקן. יעדע קאמפיוטער שפראך האט איר ווערטער אוצר. אנדערש ווי נאטירליכע שפראכן האט א פראגראמירן שפראך א פעסטן אויסשטעל בכדי אז יעדע קאנסטרוקציע פון דער שפראך זאל האבן א באדייטונג וואס איז נישט צווייטייטשיק. א פראגראמירן שפראך איז א שפראך מיט וואס א מענטש קען ניצן צו קאנטראלירן די אפעראציע פון א קאמפיוטער. פראגראמירונג שפראכן האבן שליסלווערטער דורך וועמען מען שאפט א קאנטראל שטראם. סאיז פאראן אויך "אויסצייכנונג שפראכן" וואס קאנטראלירן דעם אויסלייג פון א בלאט געדרוקט אדער אויף אן עקראן.

                                     

קאבאל

קאבאל COBOL איז א קאמפיוטער שפראך וואס ווערט היינט אממערסטנס באנוצט פאר קאלקולאציעס און בעיקר באנוצן זיך דערמיט גרויסע בענק און אנדערע האנדל פירמעס. וואס עס איז אינטרעסאנט צוצוגעבן אז דער מאטעמאטישער אפטיילונג דערפון איז אין די 1970ער יארן בלויז צוגעלייגט געווארן אלס א add-on און איז נישט געווען קיין חלק פון דעם אונטערגאלער שפראך, אבער מיט דער צייט איז עס איבערגעוואקסן דעם עיקר, און היינט ווערט דאס שוין כמעט באנוצט נאר פאר דעם צוועק.