ⓘ קאנאדישע פראווינצן און טעריטאריעס ..

אלבערטא

אלבערטא איז איינס פון קאנאדעס מעריב פראנווינצן, עס איז געווארן א פראווינץ סעפטעמבער 1, 1905. אלבערטא געפינט זיך אין מעריב קאנאדע, עס גרעניץ זיך מיט בריטיש קאלאמביע אויף מעריב, סאסקאטשעווען אויף מזרח, נארטוועסט טעריטאריעס אויף צפון, און ביי די אמעריקאנער שטאט מאנטענע אויף דרום, עס איז איינס פון צוויי פראווינצן וואס גרעניץ זיך נאר מיט איין אמעריקאנער שטאט דער אנדערער איז ניו בראנזוויק, און אויכט איינס פון צוויי וואס זענען אינגאנצען ארום גענומען מיט לאנד דער אנדערער איז סאסקאטשעווען. דער הויפט שטאט פון אלבערטא איז עדמאנטאן. איר באפעלקערונג איז 4.436.258

נארדוועסט טעריטאריעס

נארדוועסט טעריטאריעס איז איינע פון קאנאדעס דריי פעדעראלע טעריטאריעס. די נארדוועסט טעריטאריעס זענען געווארן א טייל פון דער קאנאדישער קאנפעדעראציע דעם 15טן יולי 1870, אבער די היינטיקע גרענעצן פון דער טעריטאריע זענען געשאפן געווארן דעם 1טן אפריל 1999, ווען מען האט אויפגעשטעלט די טעריטאריע נונאוואוט. די טעריטאריע האט געהאט א באפעלקערונג פון 45.136 ביי 2021 די הויפשטאט איז יעלאנייף, זייט 1967. בערך העלפט פון דער טעריטאריע געפינט זיך צפון פון דער בוים ליניע.

נייפונדלאנד און לאבראדאר

נייפונדלאַנד און לאַבראַדאר איז א פראווינץ פון קאנאדע אויפן מזרח בארטן, ביים אטלאנטישן אקעאן. די הויפטשטאט פון נייפונדלאנד און לאבראדאר איז סט זשאנס. אין 2001, האבן געוואוינט אין נייפונדלאנד און לאבראדאר 533.800 מענטשן. נייפונדלאנד איז אן אינזל, און לאבראדאר איז אויף דער יבשה פון קאנאדע, מיט א גרענעץ צו קוועבעק. דער פראווינץ פון נייפונדלאנד און לאבראדאר האט געהייסן לכתחילה נייפונדלאנד און האט זיך באהאפטן צו קאנאדע אין 1949, אלס דער צענטער פראווינץ. פריער איז ער געווען א קאלאניע פונעם פאראייניגטן קעניגרייך.

קאנאדע

קאַנאַדע איז א פעדערירט לאנד וואס אקופירט דעם רוב צפון אמעריקע, פון דעם אטלאנטישן אקעאן אין מזרח ביז צום פאציפֿישן אקעאן אין מערב און אויך צו צפון ביזן ארקטישן אקעאן. דאס צווייטע גרעסטע לאנד לויט פלאך מאס, זי האט א גרעניץ מיט די פאראייניקטע שטאטן סיי צו דרום סיי צו צפון-מערב. זי איז צוזאמענגעשטעלט פון 10 פראווינצן און דריי גרויסע טעריטאריעס. קאנאדע איז א ריזיג לאנד מיט א ברייטן אויסוואל פון געאלאגישע פֿארמירונג, קלימאטן, און עקאלאגישע סיסטעמען. זי פֿארמאגט רעגנדיגע וועלדער, שיינע גראזלאנד, דעסיידיאוס וועלדער, טונדרע לאנד, און נאס לאנד. קאנאדע האט מער אזערעס און אינלאנד וואסערן ווי סיי וועל ...

קוויבעק

קוויבעק איז די צווייטע גרעסטע פון די קאנאדישע פראווינצן און טעריטאריעס, באפעלקערונג, און עקאנאמיש. קוויבעק געפינט זיך אין מזרח-צענטראלער קאנאדע און גרענעצט זיך מיט די צפון-מזרח שטעט ניו יארק, ניו העמפשיר, מעין, און ווערמאנט פון די פאראייניגטע שטאטן. קוויבעק אנטהאלט די גרעסטע פראנצויזישע באפעלקערונג אין צפון אמעריקע און פראנצויזיש איז דארט די אפיציעלע שפראך. די פראנצויזן האבן עטליכע מאל זיך פרובירט אפטיילן פון קאנאדע און גרינדן א זעלבסשטענדיג לאנד אבער אן ערפאלג. קוויבעק פארמאגט אן אייגענע פראווינציאנאלע רעגירונג וועלכע טוט איינקאסירן שטייערן און סערווירט א רייע סאציאלע פראגראמען וועלכע איז ...

                                     

ⓘ קאנאדישע פראווינצן און טעריטאריעס

  • איז צוזאמענגעשטעלט פון צען פראווינצן און דריי טעריטאריעס צען פראווינצן אלבערטא בריטיש קאלאמביע ניו בראנזוויק נייפונדלאנד און לאבראדאר נאווע סקאשע אנטעריא
  • אנדערע פעדעראלע טעריטאריעס יוקאן צו מערב און נונאוואוט צו מזרח. אויך גרענעצט זי מיט די פראווינצן בריטישע קאלאמביע צו דרום מערב, און אלבערטא און סאסקאטשעווען
  • צווייטע גרעסטע פון די קאנאדישע פראווינצן און טעריטאריעס באפעלקערונג, און עקאנאמיש. קוויבעק געפינט זיך אין מזרח - צענטראלער קאנאדע און גרענעצט זיך מיט די צפון - מזרח
  • סאסקאטשעווען אויף מזרח, נארטוועסט טעריטאריעס אויף צפון, און ביי די אמעריקאנער שטאט מאנטענע אויף דרום, עס איז איינס פון צוויי פראווינצן וואס גרעניץ זיך נאר מיט איין
  • קאנאדע, פלאצירט צפון פון בריטישער קאלאמביע, מערב פון די צפון מערב טעריטאריעס און מזרח פון דעם אמעריקאנער שטא ט אלאסקע. ער האט א באפעלקערונג פון 42, 192
  • פראווינץ אין מזרח צענטראל קאנאדע. ער האט די גרעסטע באפעלקערונג פון אלע פראווינצן און האט דעם צווייטן גרעסטן שטח נאך קוויבעק. די הויפטשטאט פון קאנאדע, אטאווא
  • צוזאמענגעשטעלט פון 10 פראווינצן און דריי גרויסע טעריטאריעס קאנאדע איז א ריזיג לאנד מיט א ברייטן אויסוואל פון געאלאגישע פ ארמירונג, קלימאטן, און עקאלאגישע סיסטעמען
  • און לא ברא דאר ענגליש: Newfoundland and Labrador איז א פראווינץ פון קאנאדע אויפן מזרח בארטן, ביים אטלאנטישן אקעאן. די הויפטשטאט פון נייפונדלאנד און
  • פראנצויזיש: Île - du - Prince - Édouard איז א געוועזענע פראנצויזישע און דערנאך בריטישע קאלאניע, און היינט צו טאג א פראווינץ פון קאנאדע. אין די 2006 קאנאדישער צענזוס
                                     

קאנאדישע פראווינצן

קאנאדע איז צוזאמענגעשטעלט פון צען פראווינצן, און דריי טעריטאריעס. צען פראווינצן אלבערטא בריטיש קאלאמביע ניו בראנזוויק נייפונדלאנד און לאבראדאר נאווע סקאשע אנטעריא פרינץ עדווארד איילענד קוויבעק סאסקאטשעווען מאניטאבא דריי טעריאטאריעס נארדוועסט טעריטאריעס נונאוועט יוקאן

                                     

אנטעריא

אנטעריא איז א פראווינץ אין מזרח־צענטראל קאנאדע. ער האט די גרעסטע באפעלקערונג פון אלע פראווינצן, און האט דעם צווייטן גרעסטן שטח נאך קוויבעק. די הויפטשטאט פון קאנאדע, אטאווא, געפינט זיך אין אנטעריא.

                                     

בריטישע קאלומביע

בריטישע קאלומביע איז א פראווינץ אין מערב קאנאדע; זי איז באקאנט פאר איר נאטורליכער שיינקיינט. זי איז געווען דער זעקסטער פראווינץ זיך צו אנשליסן מיט קאנאדע. איר הויפטשטאט איז וויקטאריע אבער איר גרעסטע שטאט איז וואנקואווער, וואס איז אויך קאנאדעס דריטע גרעסטע שטאט. איר באפעלקערונג איז 5.153.039

                                     

מאניטאבא

מאַניטאבאַ איז א פראווינץ אין קאנאדע, מיט א שטח פון 649.950 ק"מ 2 און האט א פלאכע טאפאגראפיע. די הויפט אינדוסטריעס אין דעם פראווינץ זענען לאנדווירטשאפט, טראנספארטאציע, פאבריקאציע, מינערײַ, וועלדערײַ, ענערגיע און טוריזם. די הויפטשטאט און גרעסטע שטאט איז וויניפעג, וואו וואוינער 60% פון דעם פראווינצנס באפעלקערונג. מאניטאבא איז געווארן א פראווינץ פון קאנאדע אין 1870. דער היינטיקער פרעמיער מיניסטער איז גרעג זעלינגער.

                                     

ניו בראנזוויק

ניו בראנזוויק איז א פראווינץ אין קאנאדע. די הויפטשטאט איז פרעדעריקטאן. אין די 2011 צענזוס איז באפעלקערונג געשאצט ביי 782.078, וואס די מאיאריטעט זענען ענגליש רעדנדע. ארום דרייסיג פראצענט רעדן פראנצויזיש אלס די הויפט שפראך. אחוץ פון די אפיציעלע שפראכן, ענגליש און פראנצויזיש, רעדן א גרויס חלק מיקמאק Mikmaq, וואס איז די שפראך פון ארגינעלע איינוואוינער.

                                     

סאסקאטשעווען

סאסקאטשעווען איז איינער פון קאנאדעס מעריב פראנווינצן, עס איז געווארן א פראווינץ דעם 1טן סעפטעמבער, 1905 צוזאמען מיט אלבערטא. עס איז גרויס 588.276.09 קוואדראט ק.מ. 227.134.67 מייל, עס האט א באפעלקערונג פון 968.157, וואס פון דעם וווינען רוב און דער דרום טייל פונעם פראווינץ. דh הויפטשטאט פון סאסקאטשעווען איז רעגינא, איר גרעסטע שטאט איז סאסקאטון. די גרעסטע אינדוסטריע איז לאנדווירטשאפט.

                                     

פרינץ עדווארד איילענד

דער פּרינץ עדווארד אינזל איז א געוועזענע פראנצויזישע און דערנאך בריטישע קאלאניע, און היינט צו טאג א פראווינץ פון קאנאדע.