ⓘ פעלדהיים פארלאג איז געגרינדעט געווארן אין 1939 דורף פיליפ פעלדהיים, א דייטשער ייד וואס איז אנטלאפן פון נאצי דייטשלאנד יענע יאר און האט זיך באזעצט אין וואשינגטאן ..

                                     

ⓘ פעלדהיים

פעלדהיים פארלאג איז געגרינדעט געווארן אין 1939 דורף פיליפ פעלדהיים, א דייטשער ייד וואס איז אנטלאפן פון נאצי דייטשלאנד יענע יאר און האט זיך באזעצט אין וואשינגטאן הייטס, ניו יארק, אין דעם געגנט פון קהל עדת ישורן, דער בית המדרש וואס הרב יוסף ברויער 1882-1980, אויך א פליט פון דייטשלאנד, האט געגרינדעט. פעלדהיים האט געעפנט א קליינעם ספרים געשעפט אויפן לאוער איסט סייד. זעענדיק אז סאיז פאראן א נאכפרעג פאר יידישער ליטעראטור, האט ער געעפנט א פארלאג מיטן נאמען "פיליפ פעלדהיים אינק."‏

פעלדהיים פארלאג איז געווען דער ערשטער ארויסצוגעבן ספרים מיט פראפעסיאנעלע גראפיק.‏ אויך האט ער פיאנירט פארעפנטלעכן ביאגראפיעס פון היינטיקע חרדישע פערזענלעכקייטן ווי רבי אריה לעווין A Tzaddik in Our Time און ר יעקב יוסף הערמאן All For the Boss.

שוין פון אנהייב האט דער פארלאג זיך מתחייב געווען צו פארעפנטלעכן די קלאסישע תורהדיקע ספרים פארטייטשט אויף ענגליש, פון די פארצייטישע ספרים Duties of the Heart חובות הלבבות, The Path of the Just מסילת ישרים, The Way of God דרך ד, און The Kuzari: In Defense of the Despised Faith רבי יהודה הלוי, ווי אויך די היינטיקע ספרים Strive for Truth מכתב מאליהו פון רבי אליהו אליעזר דעסלער, Shemirath Shabbath KiHilchatho שמירת שבת כהלכתה פון רבי יהושע נויווירט, און Book of Our Heritage ספר התודעה פון רבי אליהו כי טוב, איבערגעזעצט דורך רבי נחמן בולמאן).

פעלדהיים האט אויפגעשטעלט אן אפטייל אין ישראל אויף בית הדפוס גאס, ירושלים, אין 1960.‏

                                     

1. אויסגאבעס

זיי האבן ארויסגעגעבן "ועשו לי מקדש" פון הרב זלמן מנחם קורן, וועגן דעם בית המקדש.

טייל פון זייערע אויסגאבעס אויף ענגליש:

  • Aneni: Special Prayers for Special Occasions
  • The 39 Melochos
  • Duties of the Heart טייטש פון חובות הלבבות
  • A Tzaddik in Our Time ביאגראפיע פון הרב אריה לעווין
  • A Practical Guide to Rabbinic Counseling
  • עוז והדר לבושה–Modesty an adornment for Life פון הרב פסח אליהו פאלק
  • Our Heritage
  • All For the Boss
  • Halachos of Brachos פון הרב ישראל פינחס באדנער
  • The Path of the Just טייטש פון מסלת ישרים
  • Halachos of Muktza פון הרב ישראל פינחס באדנער
Free and no ads
no need to download or install

Pino - logical board game which is based on tactics and strategy. In general this is a remix of chess, checkers and corners. The game develops imagination, concentration, teaches how to solve tasks, plan their own actions and of course to think logically. It does not matter how much pieces you have, the main thing is how they are placement!

online intellectual game →