ⓘ אברהם גרשון פון קיטוב. הרב אברהם גרשון קיטאווער, באקאנט אויך אלס הרב גרשון פון בראד, איז געבוירן מסתמא אין קיטוב אין פוילן בערך אין יאר התסא, און נפטר געווארן א ..

                                     

ⓘ אברהם גרשון פון קיטוב

הרב אברהם גרשון קיטאווער, באקאנט אויך אלס הרב גרשון פון בראד, איז געבוירן מסתמא אין קיטוב אין פוילן בערך אין יאר התס"א, און נפטר געווארן אין ירושלים אין התקכ"א. ער איז געווען א שוואגער פון בעל שם טוב.

                                     

1. משפחה

אברהם גרשון איז געווען אן אייניקל פונעם ש"ך. אזוי ווי זיין פאטער הר"ר אפרים פון קיטוב, איז אברהם גרשון געווען א דיין אין איינעם פון די פיר בתי דינים פון בראד. טאקע דארט האבן זיי באגעגנט דעם בעל שם טוב. לויטן ספר "שבחי הבעש"ט" האט זיין פאטער מסכים געווען אלס שכיב מרע אז דער בעל שם טוב זאל חתונה האבן מיט זיין אפריםס טאכטער חנה. אברהם גרשון האט דאס אבער נישט געוווסט ביז דער בעל שם טוב האט אים געוויזן די תנאים.

אברהם גרשון איז געווארן זייער חשוב אין דער בראדער קהילה. א שטיק צייט איז ער געווען דער חזן. ער האט נישט געהאלטן פון זיין שוואגער וואס ער האט געהאלטן פאר אן עם הארץ. סאיז גאנץ מעגלעך אז ער איז געווען דער גורם פארוואס מהאט פארטריבן דעם בעל שם טוב פון בראד ביז ער האט זיך באזעצט אין מעזשביזש. נאך דעם התגלות פונעם בעל שם טוב איז אברהם גרשון געווארן פון זיין שוואגערס גרעסטע חסידים.

זיין זון ר יקיר איז נפטר ו כסלו התקל"ט און זיין אייניקל אברהם גרשון, נפטר י"ב אדר התק"ע און ליגט לעבן אים אויף הר הזיתים. נאך א זון, ר חיים אהרן, איז נפטר כ"ג ניסן התקל"ג און ליגט אין טבריה. זיינע אנדערע זין, קינדער פון זיין זיווג ראשון - משה, יצחק, אפרים פישל און יהודה לייב דער מגיד פון לאדיזין - זענען געבליבן אין חו"ל.

                                     

2. רבנות

אין תק"ה האט הר"ר אברהם גרשון ארויסגעגעבן א פסק וועגן א שנור פון א גרויסן גביר אין שטאט וואס האט מזנה געווען. דער גביר איז געווען גוט מיטן פריץ און הר"ר אברהם גרשון איז געווען געדרוקט צו אנטלויפן פון בראד ווו מהאט אים געסטראשעט מין א גרויסן שטראף. ער האט געמאכט פליטה קיין מעזשביזש, דארטן האט דער בעל שם טוב אים איבערגעגעבן זיין איינציגן זון הירשל צבי מחנך צו זיין.

אין התק"ז האט ער געוואנדעט קיין ירושלים. ער איז געווען פון די ערשטע חסידים וואס האט געוואוינט אין ארץ ישראל. ער איז געווארן שטארק מקורב צו די ספרדים בכלל און צו די מקובלים בפרט. זעקס יאר האט ער געוואוינט אין חברון. אין התקי"ג האט ער זיך געצויגן קיין ירושלים, דארט האט ער געלערנט אין דער ישיבת בית אל פון די מקובלים.

                                     

3. פטירה

אין כ"ה אדר א התקכ"א איז ער נפטר געווארן, און מהאט אים קובר געווען אין הר הזיתים. נאך דער זעקט טעג מלחמה אין התשכ"ז האט מען אנפלעקט זיין קבר, ווי אויך דעם קבר פון זיין זיווג שני, בלומא.

                                     
  • סדר פון א ב רבי אברהם גרשון פון קיטוב ה תס א - ה תק ך רב אין בראד. רבי אריה לייב פון שפאלע ה תפ ה - ו תשרי ה תקע ב רבי ברוך פון מעזשביזש ה תקי ג
  • צבי איז געווען א זון פון רבי ישראל בעל שם טוב, דער גרינדער פון חסידות. ער האט געלערנט ביי זיין פאטער און ביי זיין פעטער ר גרשון קיטאווער. נאך זיין פאטער ס
  • ווי דאס יאר ה תקמ ב. פון זיינע קינדער: הרב אברהם שמשון פון פולנאה - י ח אלול ה תקנ ט רב אין ראשקאוו די ווייב פון הרב אברהם דוב בער אויערבאך אב ד
  • צוגיין קיין ארץ ישראל, און זיך געלאזט אין וועג אריין אין אײנעם מיט רבי אברהם פון קאליסק און רבי ישראל פא לא צקער און נאך דרײ הונדערט חסידים, און אין חודש
  • ווייב פון הרב יעקב פנחס אויערבאך, א זון פון הרב אברהם דוב פון כמעלניק. מרת חנה, די ווייב פון הרב יצחק דראהאביטשער, פון מעזשביזש. מרת רייזל, די ווייב פון הרב
  • דער פטירה פון בעש ט אין ה תק ך - 1760. ער איז געבוירן געווארן אין יאהר ה ת ס צו זיינע עלטערן אברהם און שרה אין דער שטאט לא קא טש, װא לין. פון אנהייב איז
  • בעל שם טוב האט געהייראט מרת חנה, א שוועסטער פון רבי אברהם גרשון קיטאווער א טאכטער פון רבי אפרים פון קיטוב זייערע קינדער: הרב צבי הערש ה תפ ה - ז טבת
  • טאכטער פון הרב משה קאנער, פון סאנוק. בזיווג שני האט ער געהייראט מרת יוטא א טאכטער פון הרב גרשון וויינשטאק פון קיטוב זיינע קינדער: הרב אברהם אביש הורוויץ
  • יאר ה תפ ה אומגעפער צו זיין פאטער רבי אברהם אבא שפירא, א זון פון רבי פנחס שפירא, מגיד אין שקלאוו, אייניקלעך פון רבי נתן נטע שפירא, דער מגלה עמוקות. און
  • ווייב פון רבי יחיאל מיכל, פון דראהאביטש, אן אייניקל פון רבי יוסף פון יאמפילא רבי מנחם נחום טווערסקי ה תקס ה - ז תשרי ה תרי א פון מאקאראוו. רבי אברהם טווערסקי
  • רבי אהרן דער גרויסער פון קארלין זצ ל ה תצ ו - י ט ניסן ה תקל ב איז געווען דער מייסד פון דעם חסידישן הויף אין קארלין, ליטא היינט בעלארוס רבי אהרן
  • ווייב פון הרב דוד הלוי - י א תשרי ה תק ע פון סטעפין. רבי משולם פייוויש הלוי העלער פון זבאריזש, מחבר פון יושר דברי אמת רבי חיים טירער פון טשערנאוויץ
  • רבי יצחק פון דראהאביטש זצ ל ה תנ ה - ז ניסן ה תק י מגיד אין דראהאביטש. רבי יצחק איז געבוירן אין יאר ה תנ ה אומגעפער צו זיין פאטער רבי יוסף ספראוועדליווער