ⓘ שאנק. א שאנק איז אזא קאסטן פון האלץ, א שטיק מעבל, אמאל שטייט ער אליין, אמאל ווערט ער אריינגעבויט אין א וואנט. מען נוצט א שאנק איינצושפייכלערן פארשידענע זאכן, למ ..

                                     

ⓘ שאנק

א שאנק איז אזא קאסטן פון האלץ, א שטיק מעבל, אמאל שטייט ער אליין, אמאל ווערט ער אריינגעבויט אין א וואנט. מען נוצט א שאנק איינצושפייכלערן פארשידענע זאכן, למשל עסן, קליידער, געשיר, ספרים אדער ביכער.

געוויינטלעך האט א שאנק א טיר אדער עטליכע טיר, אפשר מיט א שלאס. סקען אויך האבן שיפלאדן.

ווען איינער האט א סאך ספרים קען ער האלטן זיי אין א ספרים-שאנק. קליידער האלט מען אין א קליידערשאנק.