ⓘ מאיר אמשיל ראטשילד. מאיר אמשיל איז געבוירן אין התקד אין פראנקפורט מיטן נאמען מאיר אנשיל בויער צו זיין פאטער אמשיל משה ראטשילד און זיין מוטער שיינשע. ער איז געוו ..

                                     

ⓘ מאיר אמשיל ראטשילד

מאיר אמשיל איז געבוירן אין התק"ד אין פראנקפורט מיטן נאמען מאיר אנשיל בויער צו זיין פאטער אמשיל משה ראטשילד און זיין מוטער שיינשע. ער איז געווען דער גרינדער פון דער בארימטער ראטשילד פאמיליע באנק, וואס איז שפעטער געווארן פון די מערסטע דערפאלגרייכע פאמיליע ביזנעסן אין דער וועלט. ער ווערט באטראכט פאר דער גרינדער\טאטע פון אינטערנאציאלע פינאץ.

מאיר אמשיל האט געלערנט אין דער ישיבה אין פירט היינט דייטשלאנד. ווען ער איז געווארן פאריתומט פון זיין פאטער האט מען אים געשיקט אויסלערנען דעם פאך פון א באנקיר.

אין יאר התק"ל האט ער חתונה געהאט מיט גיטל שנאפער 1753-1849. זייערע קינדער זענען געווען:

  • איזאבעלט ראטשילד 1781-1861
  • יולי ראטשילד 1790-1815
  • יעקב מאיר ראטשילד 1792-1868
  • סאלאמאן מאיר ראטשילד 1774-1855, גרינדער פון ראטשילד באנקיר משפחה פון עסטרייך
  • אמשיל מאיר ראטשילד 1773-1855
  • שיינשע ראטשילד 1771-1859
  • נתן מאיר ראטשילד 1777-1836
  • קלמן מאיר ראטשילד 1788-1855
  • הנריעטא ראטשילד 1791-1866
  • באבעט ראטשילד 1784-1869

ער איז נפטר געווארן מוצאי שבת, די נאכט פון י"ד תשרי התקע"ג.