ⓘ בעלארוס, איז א לאנד אין מזרח-אייראפע אן קיין שום ים-גרענעץ. זיינע גרענעצן זענען רוסלאנד צו מזרח, ליטע און לעטלאנד צו צפון, פוילן צו מערב און אוקראינע צו דרום. ד ..

                                     

ⓘ בעלארוס

בעלארוס, איז א לאנד אין מזרח-אייראפע אן קיין שום ים-גרענעץ. זיינע גרענעצן זענען רוסלאנד צו מזרח, ליטע און לעטלאנד צו צפון, פוילן צו מערב און אוקראינע צו דרום. די הויפטשטאט איז מינסק. אנדערע גרויסע שטעט זענען באברויסק, בריסק, האמעל, גראדנא, וויטעבסק און מאהילעוו. א דריטל פונעם לאנד איז באדעקט מיט וועלדער.

די באפעלקערונג פון לאנד איז 9.849.000.

                                     

1. עטימאלאגיע

דער נאמען בעלארוס איז טייטש "ווייסע רוס", וויבאלד בעלארוס איז איינס פון די לענדער וואס הייסן רוס ד"ה לאנד פון די רוסינער, אדער מזרח סלאוון. ביי יידן איז דאס לאנד א טייל פון ליטא.

                                     

2. היסטאריע

אין דעם 13טן יארהונדערט איז דער שטח פון דעם גרויסער הערצאגשאפט פון ליטע, וואס איז שפעטער געווארן א טייל פון דער פויליש-ליטווישער קאמאנוועלט. אין דעם 18טן יארהונדערט איז די קאמאנוועלט צעטיילט געווארן צווישן דער רוסלענדישער אימפעריע, עסטרייך און פרייסן, און בעלארוס איז געקומען אונטער רוסישער הערשאפט, ביזן ערשטן וועלט קריג. נאכן קריג איז בעלארוס ענדלעך אין 1921 צעטיילט צווישן פוילן אונעם סאוועטן פארבאנד.