ⓘ אינזשעניריע ..

אינזשעניריע

אינזשעניריע איז די שטודיע וואס ווענדט אן וויסנשאפט און טעכנאלאגיע צו שאפן און קאנסטרוקציע. איינער וואס פראקטיצירט אינזשעניריע הייסט אן אינזשעניר. אינזשעניריע ווערט צוטיילט אויף די פאלגנדע אפטיילונגען: עלעקטרישע אינזשעניריע מעכאנישע אינזשעניריע כעמישע אינזשעניריע ציווילע אינזשעניריע

אימפעדאנץ

אימפּעדאַנץ איז אַ קאָמפּלעקסע צאָל וואָס ווערט געניצט אָפּצומשלען דאָס שײַכות צווישן עלעקטרישן וואָלטאַזש און שטראָם. אימפּעדאַנץ גענעראַליזירט קעגנווירקונג דורך קוקנדיק אויף דעם חילוק אין פֿאַזע צווישן וואָלטאַזשן און שטראָמען. אויב די וואָלטאַזש און שטראָם זײַנען אין די פֿאַזאָרישע פֿאָרעם, קענען זיי זײַן פֿאַרבינדן דורך דער גלײַכונג V = I Z {\displaystyle V=IZ}.

דאם

א דאם אדער דאמבע איז א אפשפאר־וואנט צו פארהאלטן פליסיקע וואסער וואס פליסט אין די קוואלן דורך די בערג, כדי צו נאוויגאטירן די וואסער אויף סיי וואסארא צוועק, ווי אפאלטן פארפלייצונגען, מאכן לעקטער א.ד.ג. דער קערפער פון וואסער געשאפן דורך א דאם איז א רעזערווואר. די דריי-שלוכטן-דאמבע אויפן יאנגצע טייך אין כינע איז מער ווי פינף מאל אזוי גרויס ווי די הואווער דאמבע פאראייניגטע שטאטן, שאפט א רעזערווואר לאנג 600 ק"מ געניצט פאר גענערירונג פון הידרא־עלעקטרישער קראפט.

טורעם

א טורעם איז א סטרוקטור וואס איז העכער ווי ברייטער. אין דער פארגאנגענהייט פלעג מען בויען טורעמס צו זען ווייט כדי צו וויסן טאמער עס קומט א פיינד צו אטאקירן. אפטמאל האט מען אויך געבויט א טורעם אין א פעסטונג. היינט קען מען אויסניצן טורעמס צו קוקן אויף א ברייטער לאנדשאפט, ארויסשיקן ראדיא כוואליעס אדער צו שפרינגען מיט א פּאראשוט פאר הנאה. א וואסערטורעם איז א הויכער סטרוקטור אוואו מען האלט וואסער. צוליב דער הייך קומט דאס וואסער אראפ וואוהין מען דארפט מיט א שטארקן דרוק. א לייכטטורעם האט א ליכט הויך אויף דער שפיץ, כדי מאטראסן זאלן וויסן וועלכן וועג צו פירן זייער שיף סיי ביי נאכט סיי אין שלעכטן וועט ...

ליפט

א ליפֿט אדער עלעוואַטאר אדער הייב-מאשין איז א טראנספארט מיטל וועלכע טראגט מענטשן אדער חפיצים ארויף און אראפ אין געביידעס פון מערערע שטאקן. אין דער היינטיגער מאדערנער וועלט מיט מיליאנען געביידעס איז א ליפט א טייל פון א געביידע און רוב רעגירונגען פארלאנגען געזעצליך צו איינשטעלן א ליפט סיסטעם אין געביידעס פון מערערע שטאקן וועלכע איז דעזיינט פאר די באנוץ פון מערערע מענטשן.

מאשין

א מאַשין איז א זאך וואס מענטשן האבן פאבריצירט צו טון א געוויסע ארבעט, אדער צו מאכן גרינגער פאר מענטשן, אדער אזא ארבעט וואס א מענטש קען אליין נישט מאכן. עס זענען פאראן מאשינען וואס האבן אסאך באוועגלעכע טיילן, ווי למשל א ראווער און א זייגער. אנדערע מאשינען האבן נישט קיין באוועגלעכע טיילן, ווי למשל א קאמפיוטער און א טעלעפאן. סזענען פאראן זעקס מאשינען וואס מען ניצט שוין פון אוראלטע צייטן. א מאשין ניצט אויס די געזעצן פון פיזיק אויספירן ארבעט וואס פאדערט א סך קראפט במשך א לענגערע צייט. אזוי א קראן קען הייבן שווערע לאסטן וואס אפילו הונדערט מענטשן וואלטן נישט געקענט אליין.

עסקאלאטאר

אן עסקאַלאַטאר אדער וויקלטרעפּ איז א טראנספארט מיטל געמאכט צו טראנספערירן מענטשן פון איין שטאק צום צווייטן. דער עסקאלאטאר איז בעיקר דעזיינט צו טראגן מענטשן איין אדער עטליכע שטאק אנשטאט א ליפט וואס לויפט צענדליגער שטאקן אין א קורצע צייט. די עסקאלאטאר איז בעסער ווי דער ליפט וויבאלד עס ארבעט מיט א קאנוואויער פאסיג וועלכע גייט ארום און ארום און קען טראגן פאסאזשירן איינע נאך די אנדערע אן זיך אפשטעלן אין קאנטראסט צו א ליפט וועלכע נעמט נאר א צאל פאסאזשירן און די איבעריגע דארפן ווארטן ביז עס קומט נאכאמאל צוריק. עסקאלאטארן זענען היינט א טייל פון יעדע גרויסע דעפארטמענט געשעפט, לופטפעלדער, באן סטאנצי ...