ⓘ גאליציאנער רבנים ..

משולם זוסיא אווערבאך

רבי זושא איז געבוירן אין יאר התקע"ט, צו זיין פאטער הרב יחיאל מיכל אווערבוך פון קירומא, באקאנט אלס רבי מיכלע קירומער, א זון פון הרב צבי מנחם אויערבאך פון האניפאלי, באקאנט אלס רבי הערש מענדל, א זון פון הרב משולם זושא פון האניפאלי, באקאנט אלס דער רבי ר זושא. און צו זיין מוטער מרת ביילא א טאכטער פון הרב יצחק האלבערשטאט רב אין קאנסטאנטין, אן אייניקל פון רבי יעקב עמדין און דער חכם צבי.

יוסף באב"ד

רבי יוסף באב"ד, איז געווען א רב און פוסק אין גאליציע, און דער מחבר פונעם ספר "מנחת חינוך". רבי יוסף איז געבוירן אין התקס"א אין דער שטאט פשעווארסק, גאליציע צו זײַן פאטער ר משה וואס איז געווען דער שטאטס רב. שוין יונגערהייט האט ער געוויזן שטארקע התמדה אין זײַן לערנען און זײַנע כשרונות. ווער איז געווען זײַן ערשטע ווײַב ווייס מען נישט; זײַן זיווג שני איז געווען די שוועסטער פון הר"ר חיים האלבערשטאם, דער צאנזער רב, מיט וועמען ער האט געלערט א לענגערע תקופה. נאך זײַן ווײַבס פטירה האט ער חתונה געהאט מיט דער טאכטער פֿון הר"ר דוד האגער פֿון זאבאלטוב. ער איס געווען רב פון די שטעט הוסאקאוו, ברודשין, זבא ...

אלימלך בינדיגער

רבי אלימלך איז געבוירן אין שינאווא אין יאר התר"ך אומגעפער, צו זיין פאטער הרב אלעזר בינדיגער פון שינאווא, א זון פון הרב שמואל זאנוויל בינדיגער פון בארדיאוו, א זון פון הרב ברוך אברהם בינדיגער פון האנאשאוויץ. און צו זיין מוטער מרת חיה שרה א טאכטער פון הרב יחזקאל שרגא האלבערשטאם, דער שינאווער רב, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם, דער צאנזער רב. רבי אלימלךס מוטער מרת חיה שרה האט אים אמאל געברענגט אלס קינד צו איר פאטער דער שינאווער רב, האט דער שינאווער רב געזאגט פארזארגט, "צו שטיל", רבי יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי האט ערקלערט אז דער שינאווער רב האט געהאלטן א קינד דארף זיין ווילד.

ישכר בלויגרונד

נאך זיין חתונה האט רבי ישכר געוואוינט אין שינאווא, דארט איז ער געווען דער שרייבער פון זיין עלטער-שווער הרב יחזקאל שרגא האלבערשטאם, דער שינאווער רב. אין יאר התרנ"ז איז ער אויפגענומען געווארן רב אין קאלוואריע, דער שינאווער רב איז מיטגעפארן צו זיין באקרוינונג.

אריה לייביש האלבערשטאם (טארנע)

רבי לייבישל איז געבוירן אין יאר התר"ך אומגעפער, צו זיין פאטער הרב יחזקאל שרגא האלבערשטאם, דער שינאווער רב, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים. אין צו זיין מוטער מרת חנה רחל א טאכטער פון הרב צבי הירש רומרעז, רב אין לעשנוב, א ברודער פון מרת מלכה די רביצין פון דעם שר שלום פון בעלזא.

אריה לייביש האלבערשטאם (קשאנאוו)

רבי לייביש איז געבוירן אין יאר התקצ"ח, צו זיין פאטער הרב דוד האלבערשטאם, דער קשאנאווער רב, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם דער דברי חיים. און צו זיין מוטער מרת עכסה גיטל די טאכטער פון הרב יוסף זאב פון טארניגראד, זי איז געווען דער זעקסטער דור פון מרת עכסה די טאכטער פון אריה"ק וועלכע איז געקומען פון ארץ ישראל קיין פוילן.

                                     

ⓘ גאליציאנער רבנים

  • ספינקא בלויז אין דער הורוויץ משפחה און אין נאך א פאר קליינע חסידות ן. גאליציאנער רבנים בלויז א טייל פון זיי טוען אן א קאלפיק צו א סנדקאות אדער סידור קידושין
  • איז געבליבן אלס רב עד סוף ימיו. רבי יוסף איז געווען זייער נאענט צו די גאליציאנער אדמורי ם, און בעיקר צו זײ ן שוואגער, רבי חיים פון צאנז, רבי נפתלי פון
  • סופר. הרב שמעון איז געווען א זון פונעם חתם סופר און איינער פון די גרעסטע רבנים אין דער עסטרייכער אימפעריע אין דעם צווייטן העלפט פונעם 19טן יארהונדערט.
  • אויך געקומען אונטער דער השפעה פון חסידות פון די ארומיגע גאליציאנער שטעטלעך. צווישן די רבנים פון טארנאפאל איז געווען הרב יוסף באב ד, מחבר פונעם ספר מנחת
  • היינט פוילן צום רב פון דער שטא ט, רבי יצחק בא ב ד, אן אייניקל צו די רבנים פון משפחת בא ב ד. אין זיין יוגנט האט ער געלערנט מיט זיין פאטער און זיין
  • ביי דער ערשטער וועלט - מלחמה איז די משפחה אנטלאפן קיין ווין אזוי א סך גאליציאנער יידן. ער האט געלערנט אין דער צעהלימער ישיבה ביי הרב לוי יצחק גרינוואלד
  • באקאנטע שטאט אין די חסידישע קרייזן, דורך דעם וואס דארטן האבן געוואוינט די רבנים און רבי ס פון דער באבאווער דינאסטיע וואס ציעט זיך פון רבי שלמה האלבערשטאם
  • נפתלי הורוויץ פירט אהער. פאר אנדערע רבנים מיטן נאמען נפתלי הורוויץ זעט נפתלי הורוויץ באדייטן רבי נפתלי צבי הורוויץ זצ ל ו סיון ה תק ך - י א אייר ה תקפ ז
  • משה גבאי פאסט נייער סאטמאר רבי אין מאנסי, ר חיים יושע הלאבערשטאם, גאליציאנער באבובער רביס אייניקל. בחדרי חרדים הגאון ר משה האלבערשטאם נפטר געווארן