ⓘ גאליציאנער אדמורים ..

אורי פון סטרעליסק

ר אורי, באוואוסט אלס דער שרף פון סטרעליסק, איז געווען איינער פון די גדולי החסידות אין דעם צווייטן דור נאכן בעל שם טוב. אורי איז געבוירן אין יאנאוו, לעבן לעמבערג, צו זיין אלטן פאטער ר פינחס, א פשוטער בעל מלאכה, און זיין מאמען, וואס האט באקומען א ברכה פונעם מעזריטשער מגיד אז זי וועט האבן א קינד וואס וועט באלייכטן די וועלט. ער האט חתונה געהאט מיט מרת פריידא. בזיווג שני האט ער חתונה געהאט מיט דער טאכטער, בלומא, פון רבי קאפיל חסיד, דער בעל תפילה ביים בעש"ט. ער האט געהאט א זון שלמה. ער איז געווארן א חסיד פון רבי שלמה פון קארלין, ביי וועמען ער האט געלערנט צו דאווענען מיט גרויס התלהבות. נאך זיין ה ...

אלימלך פון ליזשענסק

דער הייליגער רבי ר מיילעך איז געבוירן אין יאר התע"ז, צו זיין פאטער הרב אליעזר ליפמאן. און צו זיין מוטער מרת מירל. רבי אליעזר ליפמאן איז געווען א רייכער מענטש ער האט פארמאגט אן ארענדע נעבן טיטשין, גאליציע, אכט קילאמעטער פון דער שטאט ריישא, דער רבי ר זושא האט געזאגט אויף זיין פאטער ער איז געווען א "מרא דחושבנא". אויף זיין מוטער האט דער רבי ר זושא געזאגט, אז זי האט מיטאמאל נישט געקענט דאווענען פון א סידור, נאר ברכה זאגן האט זי געקענט. דערצו האט ער געזאגט אז אויף דעם ארט וואו זי האט געזאגט ברכה יעדן אינדערפרי, האט גערוט די שכינה הקדושה. זיי האבן געהאט זיבן קינדער פון דעם איז באקאנט: דער רבי ר ...

יודא הערש בראנדוויין

רבי יודא הערש בראנדוויין איז געווען דער גרינדער פונעם סטרעטינער הויף. ער איז געווען פון די גרעסטע תלמידים פון הרה"ק רבי אורי פון סטרעליסק זי"ע, און א שטיק צייט נאך זיין רבינס הסתלקות, כ"ג אלול תקפ"ו, איז רבי יהודא הערש געווארן ממלא מקומו, אנגעהויבן פירן די חסידים, און טויזנטער האבן זיך מסתופף געווען בצל קדשו, ביז זיין פטירה אין תר"ד. יודא הערש איז געבוירן תק"ם בערך אין זאוואליוו, אסט-גאליציע צו זיין פאטער, הרב שמואל זיינוויל אב"ד זאוואליוו, א זון פון הרב מרדכי פעשעס אב"ד נאראיעוו. ער האט חתונה געהאט מיט א טאכטער פון רבי אליעזר כהנא פון ראזדאל. דער סטרעטינער איז געווען בארימט מיט זיין גרויס ...

משה יצחק געווירצמאן

ר משה יצחק איז געבוירן י"ב טבת התרמ"ב דעם טאג פון דער יארצייט פון ר משה פשעווארסקער אין א דערפל לעבן גארליץ, גאליציע, צו ר נפתלי אלימלך געווירצמאן, וואס איז געווען א זון פֿון ר אברהם געווירצמאן פון גארליץ און מרת חנה בריינדל. ר אברהם איז געווען דעם נועם אלימלךס אן אייניקל. ר איציקל איז געווען צוויי מאל אן אייניקל פון רבין ר אלימלך פינף דורות. ר נפתלי אלימלך געווירצמאן איז געווען א שוואגער פונעם שינאווער רב רבי יחזקאל שרגא האלבערשטאם פון זיין פיפטן זיווג מרת שיינדל וואס איז געווען א טאכטער פון ר אברהם גארליצער.

אלימלך ווייסבלום

רבי אלימלך ווייסבלום איז געווען רבי אין רודניק, מערב גאליציע. ער איז געווען באוואוסט פאר א פועל ישועות פאר די וואס האבן נישט געהאט קיין קינדער.

יעקב לייזער

ר יעקב איז געבוירן ו טבת התרס"צו ר דוד יצחק, א שינאווער חסיד, און פעסל תרצה, אין דעם דערפל רויג וואס געפינט זיך נישט ווייט פון רימאנאוו, וועסט־גאליציע היינט פוילן.