ⓘ אויטאמאבילן ..

אויטאמאביל

אן אױטאָמאָביל, אויטא אדער קאַר איז א מאטאר פֿאָרמיטל צו טראנספארטירן א קליינע צאל פאסאזשירן פון איין ארט צו דעם אנדערן אויף טראקטן. עס פארמאגט דריי אדער פיר רייפן. אויטאס האבן איבערגענומען דער אלטער טראנספארט מיטל פון א דראשקע. רובֿ קאַרס באנוצט אין די 2010ס זענען געטריבן דורך אַן אינערלעך־פֿארברענונג מאָטאָר, געהעצט דורך דער פארברענונג פון ברענשטאף. זינט דעם אָנהייב פונעם 21סטער י"ה, מיט דער העכערונג פון לופט פאַרפּעסטיקונג באוויסטזניגקייט, מאכט מען שוין הייבריד אויטאס וואס פארן אויך אויף דער קראפט פון עלעקטריק. פון די ערשטע און גרעסטע אויטא פאבריצירער איז פארד מאטאר קאמפאני.

אן-סטאר

דזשי-עם האט אנגעהויבן אריינשטעלן די אן-סטאר סערוויס אין 1996 אלס א זיכערהייט געצייג מיט וועלכע מען האט געקענט רופן פאר עמוירדזשענסי מיט א דרוק אויף א קנעפל אין א צייט ווען סעליולער זענען נאך נישט געווען אזוי אויפגעכאפט. ווען מען האט געדרוקט אויף דעם אן-סטאר קנעפל איז מען באהאפטן געווארן צו א לעבעדיגע מענטש וועלכער האט געגעבן עצות ווי אזוי זיך צו באגיין אין אן עקסידענט און האט גערופן עמוירדזשענסי. דער סערוויס מאן האט געקענט גענוי זען וואו דער אויטא געפינט זיך און מיט דעם האט ער געוואוסט צו אנגעבן די עמוירדזשענסי אגענטורן די גענויע פלאץ וואו דער באטרעפענדער געפינט זיך. אן-סטאר איז נאך היינט ...

יוסף גאנז

אינזשעניר יוסף גאנז איז געווען א יידיש־אונגארישער אויטאמאביל אויספלאנעווער. אין יאר 1928 אין בלויזן עלטער פון דרייסיג יאר איז ער געווארן רעדאקטאר פון א קליינע אויטא־האנדל צייטשריפט, און ער האט איר פארוואנדלט אין א מעכטיגע פלאטפארמע פאר אינציאטיוון און פארשלאגן אין די אויטא אינדוסטריע. ווען היטלער איז געקומען צו די מאכט אין 33 האט ער פארלוירן זיין אמט און קאנטראקטן. ער האט אבער נישט אויפגעגעבן אפי דערנאך וואס ער איז ארעסטירט געווארן דורך די געסטאפא, און נאכן זיך ראטעווען פון אן אטענטאט פארזוך און נאכדעם וואס מען האט קאנפיסקירט זיין באנק קאנטע. ער האט זיך פארמאסטן אין די געריכטן קעגן די וואס ...

הייבריד אויטא

הייבריד אויטא איז אן אויטא וועלכע ווערט געטריבן דורך צוויי מאטארן, א בענזין ענדזשין און א באטערי מאטאר. די סארט אויטאס קומען היינט אריין אין די מארקעט אלס מער ענווייראמענט פריינטליך און אלס אן אויטא וועלכע נוצט פיל ווייניגער גאזאלין וועלכע איז געווארן אן אישו זינט די פרייזן זענען געשטיגן.

ווען (פארמיטל)

א ווען אדער פֿורגאָן איז א גרעסער סארט אויטאמאביל פון א געווענליכן קאר. עס איז פאראן צוויי הויפט סארטן: א 12-15 פאסאזשיר ווען וואס באשטייט געווענליך פון 12 ביז 15 פאסאזשירן, וואס אויב זוכט מען גרעסער פון דעם געווענליך גייט דאס שוין אריין אי די קאטעגאריע פון א מיני באס וואס דאס איז א שטייגער אזוי ווי מיני ווען צו א ווען, איז פארהאן א מיני-באס צו א באס א מיני ווען וואס באשטייט געווענליך פון 7-8 פאסאזשירן

מייבאק

מייבאק איז א אולטרא לוקסוס אויטא וועלכע ווערט געמאכט דורך דיימלער-קרייסלער. דער אויטא קאסט נאנט צו א האלב מיליאן דאלאר און ווערט ספעצעיעל דעזיינט פאר גאר רייכע קונדן וועלכע ווילן האבן דאס בעסטע באקוועמליכקייטן מעגליך אין אן אויטא.

סמארט קאר

סמארט קאר איז א קליינער אויטא וועלכע רופט זיך סמארט און איז פראדוצירט דורך מערצעדעס. דער אויטא איז אן אלטערנאטיוו צו פול סייז אויטאס פאר מענטשן וועלכע ברויכן נישט מער ווי א קליינע אויטא און ווילן שפארן גאזאלין.