ⓘ באן טראנספארט ..

וויענער אונטערגרונט

דער וויענער אונטערגרונט איז א באן סיסטעם וואס באדינט די הויפטשטאט פון עסטרייך וויען, און די ארומיגע הינטערשטעט. ביז אקטאבער 2013, די U-Bahn נעץ וועלכע פארמאגט פינף ליניען, פלעגט באשטיין פון 74.6 קילאמעטער פון ליניעס, און האט באדינט 101 סטאנציעס. אין דער ענדע פון 2013, זענען צוגעלייגט געווארן נאך 4.2 קילאמעטער פון ליניעס און נאך דריי צוזעצליכע סטאנציעס אין דער U2 ליניע. די ליניעס ווערן אויסגערעכנט מיטן אות U וואס באדייט U-Bahn און מיט א פרימצאל, און ווערן דערקענט דורך דער שילדונג אין די סטאנציעס און אין דער אינפארמאציע-ביכלעך מיט א געוויסן פארב. היינט צוטאגס עס זענען פאראן פינף ליניעס, ווי ...

טראמוויי

אַ טראַמװײ איז אַ סארט פארמיטל װאָס פאָרט אויף שינעס אין די גאַסן. די ערשטע טראמווייען זענען געווען געפירט מיט פערד. שפעטער האט מען געניצט אנדערע ערליי קראפט. פון מיטן 19טן יארהונדערט ביז מיטן 20סטן יארהונדערט זענען טראמווייען געווארן פארשפרייט איבער דער וועלט, בעיקר ניצנדיג עלעקטרישן קראפט. נאכהער זענען רוב טראמווייען בטל געווארן. לעצטנס האט מען אנגעהויבן באנייען טראמוויי טראנספארט. אין בעלגיע, די שטעט אנטווערפן, בריסל און גענט האבן טראמוויי סיסטעמען וואס מען טוט היינט פארגרעסערן. אמסטערדאם אין האלאנד האט א פארשפרייטע טראמוויי סיסטעם מיט 16 ליניעס. ציריך, שווייץ, האט עטלעכע טראם ליניעס. ד ...

לאקאמאטיוו

א לאקאמאטיוו איז אן אייזנבאן פארמיטל וואס פארזארגט די באוועגונגס-קראפט צו א באן. דער איינציקער צוועק פונעם לאקאמאטיוו איז צו פירן די וואגאנען פון דער באן אויף די שינעס. פון דער אנדערער זייט, פילע באנען שליסן איין פארמיטלען מיטן אייגענעם באוועגונגס־קראפט אין די וואגאנען; דאס ווערט נישט גערעכנט קיין לאקאמאטיוון, נאר מאטאר־וואגאנען. היינט איז מער פארשפרייט צו ניצן מאטאר־וואגאנען פאר פאסאזשירן באנען. אבער די צווישן־שטעט באנען און לאסט־באנען ניצן יא לאקאמאטיוון. טראדיציאנעל טוט דער לאקאמאטיוו ציען די באן. ווען מען קומט אן צום ציל, דארף מען צעשיידן דעם לאקאמאטיוו פון דער באן און מען מוז אים ארומ ...

מאגלעוו באן

מאגלעוו באן איז א באן וועלכע פארט אויף עלעקטרא-מאגנאטישער ענערגיע און הייבט זיך פון די רעלסן מיט עטליכע אינטשעס מאכנדיג די רייזע א שטילע און רואיגע טראץ איר שנעלקייט. די מאגלעוו באנען קענען שוין היינט גיין ביז 500 קילאמעטער פער שטונדע און איר טעכנאלאגיע וועט אין דער צוקונפט ערלויבן זי צו גיין ביז 1.000 קילאמעטער פער שטונדע וועלכע איז שנעלער ווי א געווענליכע פליגער. די טעכנאלאגיע דערפון איז אויסגעטראפן געווארן אין די 60ער יארן און עס האט גענומען אסאך צייט ביז מען האט דאס געברענגט צו רעאליטעט ערשט אין קליינע פארמאטן און דערנאך צו פולע סיסטעמען. די איינציגטסע קאמערציאלע מאגלעוו סיסטעם פאר ציו ...