ⓘ צבי הירש פון רימאנאוו. הרר צבי הירש הכהו פון רימאנאוו איז געווען רבי אין רימאנאוו, וועסט-גאליציע. ער איז געווען א בעל מופת און אסאך צדיקים זענען געפארן צו אים. ..

                                     

ⓘ צבי הירש פון רימאנאוו

הר"ר צבי הירש הכהו פון רימאנאוו איז געווען רבי אין רימאנאוו, וועסט-גאליציע. ער איז געווען א בעל מופת און אסאך צדיקים זענען געפארן צו אים. מהאט אים גערופן ר הירש משרת.

                                     

1. יונגע יארן

געבוירן אין דאמבראוו צו יהודה לייב, אין יאר תקל"ח, ער איז פאריתוםט געווארן אלס קינד. אויף פרנסה האט ער געארבעט אלס שניידער-יינגל. ער האט חתונה געהאט דריי מאל. זיין ערשטע ווייב איז געווען א טאכטער פון ר חיים גרייצער, דערנאך איז ער געווארן אן איידעם ביי ר אלחנן פון בילגוריי און זיין דריטן זיווג איז געווען א טאכטער פון דעם נגיד דוד לייבנער פון דוקלא. פערצן קינדער זיינע זענען נפטר געווארן אין זיין לעבן.

ער האט גענומען אלס איידעם א זון פון דעם סאדיגורער רבין.

                                     

2. חסידות

צו פופצן יאר איז ער געגאנגען קיין טארנא ביים גרויסן ר אברהם משה פשעווארסקער און פון דעמאלסט איז געווארן איבערגעגבן צו חסידות.

הרה"צ ר יעקב לייזער פון אנטווערפן האט פארציילט אז אין טארנא האט מען געשמועסט אז דער ערשטער וואס וועט זיך טובלן אין דער מקוה נאך ר משה פשעווארסקער וועט זוכה זיין צו הויכע מדרגות. בשעת ער איז געווען אין די מקוה האבן עטלעכע מענטשן אנגעהויבן אויסטון די קליידער בכדי צו זיין דער ערשטער. ר צבי הירש האט געזאגט אויף זיך: איך בין געווען א פלינקער, גלייך ווען ער איז ארויס פון דער מקוה בין איך אריינגעשפרונגען מיט אלע קליידער. נאכדעם האט ר משה אים געהייסן פארן קיין פֿריסטיק צו הרה"צ מנחם מענדיל טורם באקאנט אלס ר מענדיל רימאנאווער וואו ער איז געווארן א משמש א סאך יארן.

נאך ר מענדילס פטירה איז ער געפארן צו ר נפתלי צבי הורוויץ אין ראפשיץ, דארטן איז ער געבליבן צוועלף יאר. ווען דער ראפשיצער רבי איז אוועק אין תקפ"ז האט ר צבי אנגעהויבן צו פירן א רביסטעווע.

דער צאנזער רב איז אמאל געפארן צו אים אויף פרשת פרה, זאגנדיג אז יענעם שבת דארף מען זיין ביים צדיק הדור.

                                     

3. פטירה

ער איז נפטר געווארן ל חשון תר"ז. ער האט איבערגעלאזט אן איינציגן זון, ר יוסף פרידמאן, וואס איז געווען זיין ממלא מקום. ר יוסף איז נפטר געווארן כ"ד ניסן תרע"ג.

                                     
  • א טאכטער פון הרב אשר ישעיה הורוויץ, פון רימאנאוו אן איידעם פון הרב יוסף הכהן פון רימאנאוו א זון פון הרב צבי הירש פון רימאנאוו א זון פון הרב מאיר
  • יעקב צבי יאליש פון דינאוו, מחבר פונעם ספר מלא הרועים רבי שלמה יהודה לייב פון לענטשנא. רבי אשר ישעיה רובין פון ראפשיץ. רבי צבי הירש פון רימאנאוו זיין
  • שפר אהל נפתלי רבי צבי אלימלך שפירא פון דינאוו, דער בני יששכר רבי צבי הירש פון רימאנאוו רבי יעקב צבי יאלעס פון דינאוו, מחבר פון קהלת יעקב און מלא
  • ה תרנ ד פון הוסיאטין. בזיווג שני האט רבי ישראל חתונה געהאט מיט דער טאכטער פון ר דוד לייב לייבנער פון דוקלא, די אלמנה פון רבי צבי הירש פון רימאנאוו רוזשין
  • פון קארלין  רבי משה פון פשעווארםק  רבי משולם זושא פון האניפאלי  רבי פייביש פון זבריז  רבי פנחס הורוויץ  רבי פנחס שפירא פון קאריץ  רבי צבי הירש אייכנשטיין
  • געהייראט א טאכטער פון הרב צבי הירש פון נאדווארנא פארפאסער פון ספר צמח ד לצבי זייערע קינדער די ווייב פון הרב צבי רבי ישעי ס, פון האליטש. אור יצחק זלאטשאוו
  • איין מאל. נאך די פטירה פון זיין שוועסטער - קינד רבי יהודה צבי הירש אייכנשטיין האבן די חסידים אויפגענומען רבי יצחק אייזיק אלס רבי פון זידיטשוב רבי יצחק אייזיק
  • רימאנאוו זיינע קינדער: הרב נתן נטע לארבערבוים. הרב מרדכי אריה יהודה לייב, פון צפת. מרת חיה, די ווייב פון איר שוועסטער - קינד רבי צבי הירש תאומים פון קאלוש
  • שמואל צבי הירש הורוויץ - כ ז אב ה תשנ ז דער ספינקא רבי פון וויליאמסבורג, ניו יארק. מרת פערל, די ווייב פון רבי יעקב יצחק ווייס, דער ספינקא רבי פון ארץ
  • חוזה פון לובלין. רבי יחזקאל שרגא פלעג פארן צו די צדיקים רבי צבי הירש פון רימאנאוו רבי שר שלום פון בעלזא, רבי נפתלי ראפשיצער, רבי ישכר בער פון ראדאשיץ