ⓘ יעקב לייזער. ר יעקב איז געבוירן ו טבת התרסצו ר דוד יצחק, א שינאווער חסיד, און פעסל תרצה, אין דעם דערפל רויג וואס געפינט זיך נישט ווייט פון רימאנאוו, וועסט־גאליצ ..

                                     

ⓘ יעקב לייזער

ר יעקב איז געבוירן ו טבת התרס"צו ר דוד יצחק, א שינאווער חסיד, און פעסל תרצה, אין דעם דערפל רויג וואס געפינט זיך נישט ווייט פון רימאנאוו, וועסט־גאליציע היינט פוילן.

                                     

1. ביאגראפיע

ר דוד יצחק האט זיך געצויגן מיט זיין משפחה קיין יאשליסק וואו דארט האט ר יענקעלע געלערנט ביי די ארטיגע רבנים, רבי אפרים דוד האלבערשטאם און נאך.

נאך דער בר־מצוה אין יאר תרע"ט האט ר יאנקעלע אנגעהויבן לערנען אין דוקלע, אין דער ישיבה פון רבי דוד טעוולי, א חשובער טשארטקאווער חסיד. אין דער ישיבה האבן געלערנט ר יקותיאל יהודה האלבערשטאם, דער צוקונפטיגער קלויזנבורגער רבי, און ר פינחס הירשפרונג, שפעטער רב אין מאנטרעאל און נאך עילויים.

אבער בעיקר איז ער געווען א תלמיד פון ר חנה האלבערשטאם דער קאלאשיצער רב. און יאר התר"צ איז ער א חתן געווארן צו הרבנית אלטע בינא, די טאכטער פון ר איציקל, דער פשעווארסקער רבי, און האט חתונה געהאט פינף יאר שפעטער. נאך דער חתונה איז ער געגאנגען וואוינען ביי זיין שווער.

אין דער צווייטער וועלט מלחמה זענען זיי פארשיקט געווארן קיין סיביר. נאך דער מלחמה זענען זיי צוריק געקומען קיין פוילן און ר יענקעלע האט זיך באזעצט אין ברעסלוי וואו ער האט געדינט אלץ מנהיג, וואו ער האט געפסקענט שווערע שאלות פון נאך די מלחמה, מייסטענס שאלות עגונה. נאך אנדערט האלב יאר איז ער געפארן וואוינען ביי זיין שווער אין קראקע, און אום חנוכה התש"ט האבן זיי זיך געצויגן קיין פאריז, און פון דארטן האבן זיי זיך אום כ אדר א התשי"ז פלאצירט און אנטווערפן.

                                     

2. רבנות

אלס בחור ביז צו דער חתונה צוויען די יארן התרצ"א - התרצ"ו איז ער געווען רב אין יאשליסק. נאך דער פטירה פון זיין שווער ר איציקל אין יאר התשל"ז, האט מען אים אויפגענומען אלץ ממלא מקום צו ווערן פשעווארסקער רבי. ער האט געפירט די רעביסטעווע אין דעם פשעווארסקער ביהמ"ד אויף מערקאטאר־גאס אין אנטווערפן.

                                     

3. שיעורים

ר יענקעלע פלעגט זאגן שיעורים אויף חומש רש"י, פרקי אבות, עין יעקב און סיפורי צדיקים. אויך האט ער אנדערט האלב יאר געזאגט תורה פרייטאג צו נאכטס. רוב שיעורים זענען היינט שוין רעקארדירט.

סאיז דא א גרופע מענטשן אונטערן נאמען זכות אבות וואס געבן זיך אפ מיט אפדריקן די שיעורים, וואו אויך נעמען זיי צאם מנהגים לבית פשעווארסק און זיי געבן ארויס קונטרסים לויט די חדשים.

                                     

4. פאמיליע

ער האט געהאט דריי קינדער:

  • הרבנית רחל טויבא אשת הר"ר ברוך כהנא, דער ספינקער רבי פון אנטווערפן.
  • הר"ר לייבוש לייזער דער פשעווארסקער רבי
  • הרבנית שרה חנה פעסיל אשת הר"ר משה אהרן רייך, רב פון קהל פשעווארסק וויליאמסבורג.
                                     

5. ספרים

אמרי יעקב על התורה ומועדים ארויסגעגעבן דורך זיין זון דער פשעווארסקער רבי

  • כתבי קודש ג"כ, א ליקוט פון זיינע בריוון, ארויסגעגעבן דורך זיין אייניקל הרב נפתלי אלימלך רייך.
  • אמרי יעקב - אויף בראשת שמות און מועדים.
  • זכות אבות - א ליקוט פון חידושי תורה.
  • י"ג אורות ב"כ, מעשיות פון פריערדיגע צדיקים ח"א בית צאנז: צאנז שינאווא ועוד. ח"ב ליזענסק, ראפשיץ ועוד, ארויסגעגעבן דורך זיין אייניקל ר יוסף נפתלי וואגשאהל אן איידעם ביי זיין זון.
  • נועם יעקב - אויף פרקי אבות דערווייל איז נאר דא חלק א.