ⓘ אהרן טווערסקי פון טשערנאביל. רבי אהרן איז נפטר געווארן ח כסלו התרלב, און ער ליגט אין טשערנאביל. ..

                                     

ⓘ אהרן טווערסקי פון טשערנאביל

רבי אהרן איז נפטר געווארן ח כסלו התרל"ב, און ער ליגט אין טשערנאביל.

                                     

1. פאמיליע

רבי אהרן האט געהייראט בזיווג ראשון א טאכטער פון הרב גדליה פון ליניץ, דער פארפאסער פון דעם ספר תשואות חן. זייערע קינדער:

  • מרת חיה שרה, בזיווג ראשון די ווייב פון הרב ישראל, א זון פון הרב יצחק אייזיק פון דובראוונא, און אן אייניקל פון הרב נחמן מברסלב און בזיווג שני די ווייב פון הרב שלמה גאטליב פון לודמיר, א זון פון הרב משה גאטליב, פון לודמיר, א זון פון רבי שלמה פון קארלין.
  • מרת פערל, די ווייב פון הרב יצחק פון בערעזנא, אן אייניקל פון רבי מיכל זלאטשאווער.

בזיווג שני האט רבי אהרן געהייראט א טאכטער פון הרב צבי פון קאריסטשאוו, א זון פון הרב אברהם פון קאריסטשאוו, אן איידעם פון מאור עינים. לויט אן אנדערע ווערסיע האט רבי אהרן געהייראט בזיווג שני מרת סימא חישא א טאכטער פון הרב אהרן טיטיעווער. זייערע קינדער:

  • זיין זון איז הרב מרדכי טווערסקי - י"ד כסלו התרע"א, פון לאיעוו, פאטער פון היינטיגן טשערנאבילער דינאסטיע.
  • הרב מנחם נחום טווערסקי התק"ע - כ"ז שבט התרל"א, נפטר געווארן ווען זיין פאטער האט נאך געלעבט.‏
  • הרב ברוך אשר טווערסקי - כ"ב סיון התרס"ה.
  • הרב ישעיה משולם זושא טווערסקי - כ"ח תמוז התרמ"א, ממלא מקום פון פאטער, מגיד פון טשערנאביל.
  • מרת פייגא - ב כסלו התר"ם, די ווייב פון הרב דוד משה פרידמאן, פון טשארטקאוו.