ⓘ רבי עקיבא בן יוסף איז געווען א תנא וואס ווערט דערמאנט דריי הונדערט פינף און דרייסיג מאל אין משניות רבי עקיבא בן יוסף איז געווען איינער פון די גרעסטע תנאים. ער ה ..

                                     

ⓘ רבי עקיבא

רבי עקיבא בן יוסף איז געווען א תנא וואס ווערט דערמאנט דריי הונדערט פינף און דרייסיג מאל אין משניות

רבי עקיבא בן יוסף איז געווען איינער פון די גרעסטע תנאים. ער האט געלעבט אין דער צייט פון חורבן בית שני, פון דעם דריטן דור פון תנאים, אין דער צייטן פון דער בר כוכבא רעוואלוציע. אין תלמוד ירושלמי איז זיין נאמען געשריבן רבי עקיבה.

ער איז איינער פון די פיר וואס זענען געשטארבן ביים עלטער פון הונדערט און צוואנציג יאר.

רבי עקיבא איז געהרגעט געווארן על קידוש ה ערב יום כיפור, אום ט תשרי, בערך אין יאר גתתצ"ו, זיבעציג יאר נאכן חורבן.

רבי עקיבא האט געלייגט זיין סטעמפל אויף א ברייטער שיכטע פון אידישע ענינים. זיין נאמען דערשיינט בערך 1.500 מאל אין תלמוד בבלי. ער וורעט גערעכנט אלס א מוסטער פון מסירות נפש פאר תורה. ער איז געווען פון די עשרה הרוגי מלכות. די רוימען האבן אים געפייניגט ביז זיין טויט אלס שטראף ווייל ער האט געלערנט תורה ברבים.

זײַנע תלמידים זענען געווען: רבי מאיר, רבי יהודה ברבי אלעאי, רבי שמעון בר יוחאי, רבי אלעזר בן שמוע, רבי יוסי, רבי נחמיה און רבי יוחנן הסנדלר.

                                     

1. אין משניות

רבי עקיבא ווערט דערמאנט אין יעדע מסכת פון ש"ס, אויסער ניין מסכתות - מסכת דמאי, מסכת מגילה, מסכת מועד קטן, מסכת חגיגה, מסכת קידושין, מסכת ערכין, מסכת מדות, מסכת תמיד, מסכת קנים.

סדר זרעים - איין און פופציג מאל:

  • מסכת פאה - עלף מאל - פרק א משנה ו. פרק ג משנה ב 2 מאל, ו. פרק ד משנה ה, י. פרק ז משנה ז 2 מאל. פרק ח משנה ה 3 מאל.
  • מסכת חלה - זעקס מאל - פרק ב משנה א, ג. פרק ג משנה ו. פרק ד משנה ד, ה, ט.
  • מסכת תרומות - אכט מאל - פרק ג משנה ג. פרק ד משנה ה, ח, י"ג. פרק ו משנה ו 3 מאל. פרק ט משנה ב.
  • מסכת ערלה - צוויי מאל - פרק ג משנה ז 2 מאל.
  • מסכת שביעית - זעקס מאל - פרק א משנה ח. פרק ג משנה י. פרק ד משנה ו. פרק ו משנה ב. פרק ח משנה ט. פרק ט משנה ו.
  • מסכת כלאים - פינף מאל - פרק א משנה ג. פרק ג משנה ו. פרק ה משנה ז. פרק ו משנה א. פרק ז משנה ה.
  • מסכת ביכורים - איין מאל - פרק ג משנה ט.
  • מסכת מעשרות - דריי מאל - פרק ג משנה ה, ט. פרק ד משנה ו.
  • מסכת ברכות - פיר מאל - פרק ד משנה ג. פרק ה משנה ב. פרק ו משנה ח. פרק ז משנה ג.
  • מסכת מעשר שני - פינף מאל - פרק ב משנה ד ז ט. פרק ה משנה ח, ט.

סדר מועד - זיבען און פערציג מאל:

  • מסכת שבת - זיבן מאל - פרק ב משנה ג. פרק ח משנה ה 2 מאל. פרק ט משנה א. פרק י"א משנה א. פרק ט"ו משנה ג. פרק י"ט משנה א.
  • מסכת יומא - דריי מאל - פרק ב משנה ג. פרק ז משנה ג. פרק ח משנה ט.
  • מסכת פסחים - עלף מאל - פרק א משנה ו. פרק ג משנה ד. פרק ו משנה ב 4 מאל. פרק ז משנה א. פרק ט משנה ב, ו. פרק י משנה ו, ט.
  • מסכת ביצה - איין מאל - פרק ג משנה ג.
  • מסכת שקלים - זעקס מאל - פרק ג משנה א. פרק ד משנה ג, ד, ו, ז. פרק ח משנה ז.
  • מסכת ראש השנה - דריי מאל - פרק א משנה ו. פרק ב משנה ט. פרק ד משנה ה.
  • מסכת עירובין - צען מאל - פרק א משנה ב 2 מאל. פרק ב משנה ד, ה. פרק ד משנה א 2 מאל. פרק ה משנה ח, ט. פרק ו משנה ט. פרק י משנה ט"ו.
  • מסכת סוכה - צוויי מאל - פרק ג משנה ד, ט.
  • מסכת תענית - פיר מאל - פרק ג משנה ג, ד. פרק ד משנה ד 2 מאל.

סדר נשים - פינף און פערציג מאל:

  • מסכת סוטה - ניין מאל - פרק ה משנה א, ב 2 מאל, ג, ד. פרק ח משנה ה. פרק ט משנה ג, ד, ט"ו.
  • מסכת נזיר - פינף מאל - פרק ד משנה ה. פרק ו משנה א, ו. פרק ז משנה ד 2 מאל.
  • מסכת נדרים - עלף מאל - פרק א משנה א. פרק ז משנה א 2 מאל. פרק ט משנה ה 3 מאל, ו. פרק י משנה ו 3 מאל. פרק י"א משנה ד.
  • מסכת גיטין - צוויי מאל - פרק ח משנה י. פרק ט משנה י.
  • מסכת כתובות - פינף מאל - פרק ג משנה ג. פרק ה משנה ב. פרק ט משנה ב, ג. פרק י"א משנה ד.
  • מסכת יבמות - דרייצן מאל - פרק ד משנה י"ב, י"ג. פרק ח משנה ד 2 מאל. פרק י"ב משנה ג 2 מאל, ה. פרק ט"ו משנה ו, ז 3 מאל. פרק ט"ז משנה ז 2 מאל.

סדר נזיקין - דריי און פופציג מאל:

  • מסכת אבות - איין מאל - פרק ג משנה י"ג.
  • מסכת עבודה זרה - דריי מאל - פרק ב משנה ג. פרק ג משנה ה, ו.
  • מסכת מכות - דריי מאל - פרק א משנה ז, י. פרק ב משנה ז.
  • מסכת הוריות - צוויי מאל - פרק א משנה ב. פרק ב משנה ה.
  • מסכת עדיות - עלף מאל - פרק א משנה ח, י. פרק ב משנה א, ב, ו 2 מאל, ז, ח 2 מאל. פרק ח משנה א, ה.
  • מסכת בבא מציעא - צוויי מאל - פרק ב משנה ז. פרק ג משנה י"ב.
  • מסכת בבא קמא - פינף מאל - פרק ג משנה ח. פרק ו משנה ד. פרק ח משנה ו 3 מאל.
  • מסכת סנהדרין - צען מאל - פרק א משנה ד. פרק ג משנה ד. פרק ז משנה י"א. פרק ט משנה ו. פרק י משנה א, ג 3 מאל, ו. פרק י"א משנה ד.
  • מסכת שבועות - פיר מאל - פרק ב משנה ה. פרק ג משנה א 2 מאל, ה.
  • מסכת בבא בתרא - צוועלף מאל - פרק א משנה ו. פרק ב משנה ט. פרק ג משנה א. פרק ד משנה ב 3 מאל, ט 3 מאל. פרק ו משנה ד. פרק ז משנה ב. פרק ט משנה י.

סדר קדשים - דריי און פופציג מאל:

  • מסכת מעילה - זעקס מאל - פרק א משנה ב 2 מאל, ג. פרק ה משנה א. פרק ו משנה ו 2 מאל.
  • מסכת זבחים - פיר מאל - פרק ח משנה י"א 2 מאל. פרק ט משנה ג. פרק י"ב משנה ד.
  • מסכת חולין - זעקס מאל - פרק ב משנה ד 2 מאל. פרק ח משנה ד. פרק ט משנה ד 3 מאל.
  • מסכת בכורות - פערצן מאל - פרק ב משנה ו 2 מאל, ז 2 מאל, ח 2 מאל, ט. פרק ג משנה א. פרק ד משנה ד. פרק ו משנה ו 2 מאל. פרק ז משנה ה. פרק ח משנה ו. פרק ט משנה ה.
  • מסכת תמורה - צוויי מאל - פרק א משנה א 2 מאל.
  • מסכת מנחות - זעקס מאל - פרק ד משנה ד. פרק ט משנה ה. פרק י משנה ד. פרק י"א משנה ג. פרק י"ב משנה ה 2 מאל.
  • מסכת כריתות - פופצן מאל - פרק ב משנה ה. פרק ג משנה ז, ח, ט 3 מאל, י. פרק ה משנה ב, ג 2 מאל, ד 2 מאל, ה, ז 2 מאל.

סדר טהרות - זעקס און אכטציג מאל:

  • מסכת מכשירין - דריי מאל - פרק ד משנה ט. פרק ה משנה ד. פרק ו משנה ח.
  • מסכת טהרות - פיר מאל - פרק ה משנה א, ב. פרק ז משנה ט 2 מאל.
  • מסכת נדה - זיבן מאל - פרק ב משנה ג 2 מאל. פרק ה משנה ח. פרק ו משנה י"ב. פרק ח משנה ג 2 מאל. פרק י משנה ג.
  • מסכת ידים - זעקס מאל - פרק ג משנה א 3 מאל, ה 2 מאל. פרק ד משנה א.
  • מסכת נגעים - ניינצן מאל - פרק א משנה ב, ד. פרק ב משנה א. פרק ד משנה ז, ח, ט 2 מאל, י. פרק ה משנה ג, ד. פרק ו משנה ה. פרק ז משנה ב, ד. פרק י משנה א 2 מאל. פרק י"ב משנה ג 2 מאל. פרק י"ד משנה י 2 מאל.
  • מסכת טבול יום - צוויי מאל - פרק ג משנה ד, ה.
  • מסכת מקואות - פיר מאל - פרק ג משנה ג 2 מאל. פרק ז משנה א. פרק ח משנה ג.
  • מסכת פרה - זעקס מאל - פרק ב משנה ה. פרק ג משנה ד, ט. פרק ח משנה י"א. פרק י משנה ד, ה.
  • מסכת זבים - צוויי מאל - פרק א משנה ב. פרק ב משנה ב.
  • מסכת אהלות - צען מאל - פרק א משנה ג. פרק ב משנה ב 2 מאל, ו, ז. פרק ג משנה ה. פרק ה משנה א, ב, ז. פרק י"ג משנה ג. פרק ט"ז משנה א.
  • מסכת עוקצין - דריי מאל - פרק ג משנה ה, ו, ח.
  • מסכת כלים - צוואנציג מאל - פרק ב משנה ב, ד. פרק ג משנה ח. פרק י"א משנה ו. פרק י"ב משנה ה. פרק י"ד משנה א. פרק י"ז משנה ה, י"ג, י"ז. פרק כ משנה ד, ו. פרק כ"ב משנה ז, ט, י. פרק כ"ה משנה ד, ז. פרק כ"ז משנה ה. פרק כ"ח משנה ב, ז. פרק ל משנה ב.