ⓘ שאול ידידיה אלעזר טויב. הרר שאול ידידיה אלעזר טויב איז געווען דער צווייטער מאדזשיצער רבי. ער האט מחבר געווען מער ווי 1000 ניגונים. זיינע תורות זענען געדרוקט אין ..

                                     

ⓘ שאול ידידיה אלעזר טויב

הר"ר שאול ידידיה אלעזר טויב איז געווען דער צווייטער מאדזשיצער רבי. ער האט מחבר געווען מער ווי 1000 ניגונים. זיינע תורות זענען געדרוקט אין "אמרי שאול" און "ישא ברכה".

                                     

1. לעבנסגעשיכטע

הר"ר שאול ידידיה אלעזר איז געבוירן אין אזשעראוו, פוילן, הושענא רבה, התרמ"ז צו זיין פאטער רבי ישראל טויב, דער ערשטער מאדזשיצער רבי, און צו זיין מוטער דאברא טאכטער פון ר׳ חיים שאול פרידמאן. שוין אלס יינגל האט ער אנגעהויבן קאמפאנירן נייע ניגונים.

אין תרס״א האט ער געהייראט זיין ערשטע רעביצין, נחמה אייגער, א טאכטער פון דעם לובלינער רבין; זייער זון שמואל אליהו איז שפעטער געווארן דער דריטער מאדזשיצער רבי. אין תרע״ז איז ער באשטימט געווארן רב פון ראקאוו.

צום זיווג שני האט הר"ר שאול חתונה געהאט מיט א סטאפניצער אייניקל, וואס האט געבוירן צו אים צוויי זין, יחזקאל און יצחק. נאכהער האט ער חתונה געהאט מיט נחמה האלבערשטאם; זייערע קינדער זענען געווען ישראל, דוד, צפורה און שרה.

                                     

2. רביסטעווע

נאך דער פטירה אין תרפ"א פון זיין פאטער דער דברי ישראל האט ער איבערגענומען די מאדזשיצער רעביסטעווע. א יאר נאכהער איז ער געווארן רב אין קאָרטשעוו, פוילן. אין תרפ״ט איז ער אריבער קיין אטוואצק, א שטעטל נישט ווייט פון קארטשעוו, וואו ער האט געפירט רוב יארן.

בשעת די רדיפות פון די נאציס איז ער אנטלאפן קיין ווילנא, וואס איז דעמאלסט געווען אין ליטע. פון דארטן האט ער באקומען דערלויבניש צו פארן קיין יאפאן מיט אסאך אנדערע פליטים. צום סוף האבן א טייל מאדזשיצער חסידים מצליח געווען אריבערפירן זייער רבי קיין סאן פראנסיסקא, פון וואנעט ער האט געצויגן קיין ברוקלין, ניו יארק אין ת"ש, וואו ער האט אנגעהוייבן צוריקשטעלן דאס מאדזשיצער חסידות. ער איז געווען א געראטענער פארפאסער פון ניגונים - במשך זיין לעבן האט ער מחבר געווען מער ווי 1000. ער האט געהאט א שטארקע תשוקה פאר ארץ ישראל און האט געוואנדערט דארטן אין תש"ז. ער האט נישט זוכה געווען צו לעבן לאנג אין ארץ ישראל. ט"ז כסלו התש"ח איז ער נפטר געווארן. ער איז געווען דער לעצטער וואס מען האט באגראבן אויף הר הזיתים ביז מהאט באפרייט דעם בית עולם דארט אין יאר תשכ"ז.

זיין עלצטער זון, הר"ר שמואל אליהו טויב, איז געווארן רבי נאך זיין פטירה.

                                     
  • ה תרע ח - רבי מנחם קאליש זצ ל, דער אמשינאווער רבי. ה תש ח - רבי שאול ידידיה אלעזר טויב דער צווייטער מאדזשיצער רבי, נעים זמירות ישראל, ער איז געווען דער
  • אויף טויט אין דעם נירנבערג פראצעס זענען געהאנגען. ה תרמ ז - רבי שאול ידידיה אלעזר טויב דער צווייטער מאדזשיצער רבי ה תרס ד - נפטר געווארן רבי דוד משה פרידמאן
  • דברי ישראל. רבי שאול ידידיה אלעזר טויב כ א תשרי ה תרמ ז - ט ז כסלו ה תש ח פון מאדזשיץ און אטוואצק, דער אמרי שאול רבי שמואל אליהו טויב ה תרס ה - ד
  • זעלנער פון דער בלויער ארמיי פאגראמירט די יידן פונעם שטעטל. הרב שאול ידידיה אלעזר טויב הרב יוסף צבי קאליש וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: קארטשעוו
  • גרויסן ווארשעווער בית עולם. זיין זון הרב שאול ידידיה אלעזר טויב איז געווארן זיין ממלא מקום. הרב ישראל טויב איז געווען א פרוכפערער קאמפאזיטאר. ער פלעג
  • זוואלין רבי ישראל טאוב ה תר ט - י ג כסלו ה תרפ א פון מאדזשיץ רבי שאול ידידיה אלעזר טויב כ א תשרי ה תרמ ז - ט ז כסלו ה תש ח פון מאדזשיץ רבי שמואל אליהו