ⓘ מחנכים ..

ששון חי אברהם

הרב ששון חי איז געבוירן תרפ"ט אין שאנכיי צו זיין פאטער ר דוד אברהם, א ירא שמים פון א בבלישן אפשטאם. ער איז געווען דער עלצטער זון צווישן צען געשוויסטער. ווען ער איז געווען אלט 11 יאר, אין תש"א, זענען געקומען קיין שאנכיי די מירער ישיבה און דער אמשינאווער רבי. כאטש ער איז געווען א "ספרדישער" האט ער געלערנט אין דער ליטווישער מירער ישיבה און ער איז געווען א הויז־בחור ביים אמשינאווער רבין. ביי די 17 יאר האבן זיין עלטערן אים געשיקט אין אמעריקע וואו ער האט געלערנט זיבן יאר אין ישיבה תורה ודעת ביי ר פייוול מענדלאוויטש, הרב ראובן גראזאווסקי, הרב יעקב קאמענעצקי, הרב משה שיסגאל און הרב גדליה שארר. דאס ...

חיים פריעד

ר חיים פריעד, איז באקאנט אלץ א איש חינוך, דער פארפאסער פונעם ערשטן אלף בינה - אלף בית ספר פאר קינדער, און נאך עהם האבן זיך שוין פארמערט פוהלע אנדערע וואס האבן נאכגעמאכט דעם געדאנק. ער איז געווען א גאר טאלענטירטער פיגור, און זייענדיג א מקורב ביי פולע הויפן, ווי צום ביישפיל, וויזשניץ, בעלזא, פאפא, סקווירא, האט ער פארפאסט אייגענע לידער, און דאס געשאנקן פאר די הויפן אלץ געשאנק, און אזוי איז ער באקאנט געווען אלץ איש האשכולות, זייענדיג דער מלחין און קאפעליע מייסטער, שרייבער און שריפטשטעלער אינאיינעם, דורכאויס די יארן ווי ער האט אלץ טאלערירט אין יעדן הויף. ער האט איבערגעפרישט דעם אור אלטן מנהג פו ...

שרגא פייוול מענדלאוויטש

שרגא פייוול מענדלאוויטש איז געווען פון די ערשטע מנהיגים פון פרומע יידן אין אמעריקע. ער האט געגרינדעט די וויכטיגע מוסדות תורה ודעת, א ישיבה אין ברוקלין, און די חינוך ארגאניזאציע תורה ומסורה. ער איז געווען דער נחשון בן עמינדב וואס האט וואס האט איינגעפלאנצט עכטיידישן חינוך אין די פאראייניגטע שטאטן. הר"ר משה פיינשטיין האט געזאגט אויף אים:"ווען נישט ער וואלט געווען אין אמעריקא נישט קיין לימוד התורה און נישט קיין יראת שמים".

הואנג קסיאנפאן

הואַנג שיאַנפֿאַן ‏ איז געווען א כינעזישער היסטאריקער. א כינעזער זשואַנג פּעאָפּלע אין מוצא, זיין פאטער איז געווען א פּויער. קסיאַנפאַן איז געבוירן אין פוסוי, א דארף פון גואַנגקסי, אין דער היינטיקער כינע, דארט האט ער געלערנט אין שולע, שפעטער האט ער שטודירט אין בייזשינג וואו ער האט באקומען אן אוניווערסיטעט דיפלאם אין היסטאריע. אום נאוועמבער 1935 האט ער זיך געצויגן קיין יאפאן ווו ער האט שטודירט ביים טאקיא אוניווערסיטעט.ער איז צוריקגעקומען קיין כינע אין 1937 און ער האט געוואוינט אין גואַנגקסי,ער האט געארבעט אלס פראפעסאר אין גואַנגקסי אוניווערסיטעט. אום 1941 האט ער עמיגרירט קיין גואַנגדאָנג, ד ...