ⓘ שמואל בירנבוים איז געבוירן אין קנישין, פוילן אין תרף, און האט געלערנט אין דער אהל תורה ישיבה אין באראנאוויטש אונטער הרב אלחנן וואסערמאן. נאכער האט ער געלערנט אי ..

                                     

ⓘ שמואל בירנבוים

שמואל בירנבוים איז געבוירן אין קנישין, פוילן אין תר"ף, און האט געלערנט אין דער "אהל תורה" ישיבה אין באראנאוויטש אונטער הרב אלחנן וואסערמאן. נאכער האט ער געלערנט אין דער מירער ישיבה. ביים אנהייב פון דער צווייטער וועלט מלחמה איז ער געפארן צוזאמען מיט דער ישיבה קיין ווילנע היינט אין ליטע, וואו זיי זענען געבליבן דריי וואכן ביז זיי האבן באקומען וויזעס צו פארן אין אויסלאנד. ווען זיי האבן באקומען וויזעס צו עמיגרירן קיין קוראסאא, א האלענדישער פראטעקטאראט אין די קאראיבישע, האט דער יאפאנישער קאנסול אין קאוונע טשיאיונע סוגיהארא זיי געגעבן פֿאָר וויזעס. די ישיבה איז געפארן אריבער דער איבער-סיביר באן קיין וולאדיוואסטאק, א נסיעה פון צוויי חדשים. פון דארטן זענען זיי ווייטערגעפארן קיין קאבע, יאפאן, וואו זיי זענען געבליבן זיבן חדשים ביז די יאפאנישע רעגירונג האט זיי באזעצט אין שאנכיי.

נאכן קריג איז הרב בירנבוים געפארן מיט די שארית הפליטה פון דער ישיבה אין די פאראייניקטע שטאטן, וואו זיי האבן זיך באזעצט אין ברוקלין. דארט האט ער חתונה געהאט מיט דער עלצטער טאכטער פונעם ראש ישיבה הרב אברהם קלמנאוויץ.

נאך זיין שווערס פטירה אין התשי"ב איז ער געווארן ראש ישיבה צוזאמען מיט זיין שוואגער הרב שרגא משה קלמנאוויץ. אין די פאלגנדע 56 יאר האט ער געהאט טויזנטע תלמידים. ער איז געווען א גרויסער מתמיד, ער איז געזעסן דעם גאנצן טאג אין בית מדרש רעדנדיג אין לערנען מיט די בחורים.

                                     

1. זיין פטירה

כ"ח טבת התשס"ח איז ער נפטר געווארן ביי זיך אין שטוב, נאך א קראנקייט פון יענער מחלה. ביי זיין לויה אין ניו יארק כ"ט טבת האט אים מלווה געווען טויזנטער. מהאט אים געפירט קיין ארץ ישראל וואו ער האט געהאט א לויה פון צען טויזנט מענטשן דעם נעקסטן טאג, ר"ח שבט. ער ליגט אין דעם סנהדריה בית עלמין, ירושלים, לעבן זיינע צוויי זין.

ער האט איבערגעלאזט פינעף זין - אשר דב, מאיר שמעון, אלחנן, אברהם און ישראל - און דריי איידעמעס - הערשל קאמינצקי, אליהו מאיר סאראצקין און ראובן שעפאנסקי.