ⓘ חיים מאיר האגער. דער ארטיקל דיסקוטירט דעם פריערדיגן וויזשניצער רבי. טאמער זוכט איר אן אנדער באדייטונג, זעט חיים מאיר האגער באדייטן. רבי חיים מאיר האגער זצל, דער ..

                                     

ⓘ חיים מאיר האגער

דער ארטיקל דיסקוטירט דעם פריערדיגן וויזשניצער רבי. טאמער זוכט איר אן אנדער באדייטונג, זעט חיים מאיר האגער באדייטן.

רבי חיים מאיר האגער זצ"ל, דער פערטער וויזשניצער רבי, איז באקאנט מיט דעם נאמען "דער אמרי חיים".

                                     

1. אפשטאם

רבי חיים מאיר איז געבוירן אין וויזשניץ ט"ו כסלו התרמ"ח, צו זיין פאטער הרב ישראל האגער, פון וויזשניץ, "דער אהבת ישראל", א זון פון הרב ברוך האגער, פון וויזשניץ, "דער אמרי ברוך", א זון פון הרב מנחם מענדיל האגער פון וויזשניץ, באקאנט אלס "דער צמח צדיק", א זון פון הרב חיים האגער פון קאסאוו, "דער תורת חיים", א זון פון הרב מנחם מענדיל האגער, פון קאסאוו, "דער אהבת שלום". און צו זיין מוטער מרת הינדא א טאכטער פון הרב מאיר הורוויץ, פון דזשיקאוו, "דער אמרי נועם", א זון פון הרב אליעזר הורוויץ, רב אין דזשיקאוו, באקאנט אלס "רבי אליעזרל דזשיקאווער", א זון פון הרב נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב

                                     

2. רבנות

זיין פאטער האט אויף אים געזאגט ער איז א "בעל שם טוב ייד", און ער ווייס נישט פון וואנען ער האט זוכה געווען צו אזא זון.

פון יאר התר"ע איז רבי חיים מאיר געווען רב אין ווילחאוויץ, מאראמאראש, ביז אין יאר התרצ"ו איז ער געווארן ממלא מקום פון זיין פאטער אין גרויסווארדיין.‏

ביי דעם חורבן אייראפע האט מען אים ארויס געשווערט פון געטא אין גרויסווארדיין אריין אין די וועלדער, פון דארט האט מען אים אריבער געשווערט קיין בוקארעסט וואו ער איז געבליבן ביז צום באפרייאונג.

נאך דעם חורבן אייראפע אין יאר התש"ו איז רבי חיים מאיר צוריק געפארן קיין גרויסווארדיין, פון דארט האט ער זיך אריבערגעצויגן אין יאר התש"ז קיין אנטווערפן, אין ענדע פון יאר איז ער ארויף קיין ארץ ישראל, און זיך באזעצט אין תל אביב.

רבי חיים מאיר איז געווען דער ערשטער רבי אויף צושטעלן אן אייגן שטעטל, און מיט גרויסע שוועריגקייטן האט ער אויפגעשטעלט דעם שיכון וויזשניץ אין בני ברק.

פון יאר התש"י האט רבי חיים מאיר שוין געוואוינט אין שיכון וויזשניץ און אנגעפירט פון דארט מיט זיין פארצווייגטער ארבעט, ער האט דארט אויפגעשטעלט א געוואלדיגן חסידישן מיליטער, אין וועמען ער האט אריינגעשיינט תורה מיט יידישקייט.

רבי חיים מאיר איז געווען איינער פון די פירערס פונעם ארטאדאקסישן יידנטום אין ארץ ישראל, און איז געווען פון די אנגעזענע פירערס פון אגודת ישראל און א מיטגליד אין דער מועצת גדולי התורה.

זיינע גבאים זענען געווען ר יצחק דוד רעזמאוויטש און ר מנחם אליעזר מאזעס.

                                     

3. פאמיליע

אין יאר התרס"ה האט רבי חיים מאיר געהייראט מרת מרגליא א טאכטער פון הרב זאב וועלוועל טווערסקי, פון רחמיסטריווקא, א זון פון הרב יוחנן טווערסקי פון רחמיסטריווקא. זייערע קינדער:

  • הרב משה יהושע האגער געב י"ג סיון התרע"ו, וויזשניצער רבי אין בני ברק.
  • הרב מרדכי האגער, וויזשניצער רבי - מאנסי
  • מרת חנה מרים סימא מאניא, בזיווג ראשון די ווייב פון הרב יהודהלע הורוויץ פון דזשיקאוו. בזיווג שני די ווייב פון הרב יהושע גרינוואלד פון חוסט. בזיווג שלישי די ווייב פון הרב יצחק יעקב ווייס, גאב"ד ירושלים.
  • מרת שיינא רחל נפטר געווארן כ"ב טבת התשס"ו, ווייב פון רבי שמואל בראזאווסקי, סלאנימער רבי
  • רבי מרדכי אדלער, אב"ד "מנחה חדשה" אין בארא פארק נפטר געווארן ט"ו אב התשמ"ט.
  • רבי ישראל אליעזר אדלער - רב פון די וויזשניצער חסידים אין רחובות און וויזשניץ-דזשיקאווער רבי‏
  • מרת הינדא, די ווייב פון הרב נפתלי חיים אדלער.
  • מרת מרים, בזיווג ראשון די ווייב פון הרב משה ווערנער, און בזיווג שני ווייב פון רבי מרדכי חעשין פון קאשוי.
  • הרב וועלוול ערנסטער - רב פון קרית מאור חיים, ירושלים
  • מרת ריקל גיטל, די ווייב פון רבי ישראל אליעזר אדלער, דזשיקאווער רבי
  • הרב אליעזר ערנסטער, איידעם ביי הרב אברהם דוד הורוויץ אב"ד שטראסבורג - רב פון קרית מאור חיים, צפת
  • הרב מנחם ערנסטער, איידעם ביי זיין פעטער רבי משה יהושע האגער - וויזשניצער ראש ישיבה
  • הרב ישראל ערנסטער, איידעם ביי רבי יוסף קאליש, אמשינאווער רבי אין אמעריקע
  • מרת שבע ברכה נפ כ"ו אייר תשס"ט, די ווייב פון הרב משה ערנסטער כ"ד תשרי תרפ"ה - כ"ו טבת תשע"ג‏.
  • מרת צפורה, די ווייב פון הרב ישראל שלום יוסף פרידמאן בן שלום נפ׳ ה׳ אייר תשע״ז, אן אייניקל פון הרב משה יהודה לייב פרידמאן פון פאשקאן.