ⓘ יידישקייט. ייִדישקײט אָדער ייִדנטום איז דער אינהאלט און צוזאמנשטעלונג פון דעם גלויבן און אויפירונג פונעם יידישן פאלק, וואס איז געבויט און שטאמט פון די תורה וואס ..

פאפיראס

ציגארעט אדער פאַפיראָס איז א פראדוקט וואס ווערט גערייכערט און אויפגענוצט דורך רייכערן און פאבריצירט פון אויסגעארבעטע און געשניטענע טאבאקא בלעטער, וואס זענען קאמביאנירט מיט אנדערע אדיקטיווע סובסטאנצן, דאן איז דאס צאמגעדרייט און אנגעשטאפט אריין אין א פאפירן בינטל צילינדער. דער פאַפיראָס ווערט אונטערגעצינדן פון איין עק און אזוי ארום ווערט דאס ערמעגליכט צו ברענען פאר דער ציל פון אריינציען און אריינאטעמען זיין רויעך פון דער אנדערער זייט פאַפיראָס וואס ליגט געווענליך אין מויל דורך א פילטער, טייל לייגן דאס אויך אין מויל דורך א פאַפיראס האלטער ווי למשל פסח וועגן חשש חמץ פונעם ספאנדזש וואס דינט אלס ...

                                     

ⓘ יידישקייט

ייִדישקײט אָדער ייִדנטום איז דער אינהאלט און צוזאמנשטעלונג פון דעם גלויבן און אויפירונג פונעם יידישן פאלק, וואס איז געבויט און שטאמט פון די תורה וואס דער אייבערשטער האט געגעבן פאר די יידן, און ווי שפעטער אפגעלערנט און ערקלערט אין תלמוד דורך די תנאים און אמוראים, און נאכהער צוזאמען גענומען דורך די פוסקים. יידישקייט איז דער פאראיינעגונג צווישן די יידישע קינדער און דעם אייבערשטן.

אן אנהענגער פון יידישקייט, צי דער וואס איז געבוירן א יידיש קינד, צי דורך גרות, ווערט אנגערופן א ייד. יידן ווערן נישט באטראכט בלויז ווי א רעליגיעזע סעקטע, נאר ווי אן אייגן פאלק, דורך דעם וואס דער אייבערשטער האט זיי אנגערופן אין דער תורה, פאר א פאלק. די יידישע באפעלקערונג ווערט געשאצט צו זיין איבער פופצן מיליאן יידן אויף דער וועלט, א דריטל אין ארץ ישראל, און א דריטל אין די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע, און א דריטל איבער דער גארער וועלט.

יידישקייט איז די עלטסטע רעליגיע פון צווישן די דריי גרעסטע מאָנאָטעיסטישע רעליגיעס. יידישקייט מיט אירע פרינציפן און עטיקעטין, איז דער פונדאמענט אויף וואס די אנדערע באקאנטע רעליגיעס זענען אוועקגעשטעלט, און אזוי אויך א גרויס טייל פון דער וועלטליכע עטיקעטן און געזעצן נעמט זיך פון יידישקייט.

יידישקייט איז געבויט אויף א גלויבונג, וואס לויטן רמב״ם ווערט גערעכנט אויף 13 פרינציפן. איינער פון די יסודות איז די תורה, געגעבן דורך משה רבינו, וואס איז צוזאמגעשטעלט פון תורה שבכתב און תורה שבעל פה.

היינט זענען אויף דער וועלט אומגעפער 14.5 מיליאן יידן.

                                     

1. אנטוויקלונג

יידישקייט הייבט זיך אן מיט אברהם אבינו, וואס האט דערקענט דעם אייבישטן. נאך אים זענען די נאכפאלגער געווען זיין זון יצחק און זיין אייניקל יעקב. יעקב מיט זיינע זין זענען אראפ קיין מצרים. נאך דעם שעבוד אין מצרים האט משה רבנו זיי אויסגעלייזט און איבערגעגעבן די ערשטע מצוות, פון זיי איז געווען די מצוה פון קרבן פסח.

                                     

2.1. הויפּטע כאראקטעריסטיקן פון יידישקייט שבת און יום טוב

זעט די הויפּט אַרטיקלען – שבת, יום טוב

דער זיבעטער טאג יעדע וואך איז שבת, וואס הייבט אן ווען די זון גייט אראפ פרייטיק, ביז דריי שטערן קומען ארויס נאך שבת. עס זענען פאראן 39 אבות מלאכות הויפט סארטן ארבעט אום אומצאליגע תולדות, ווי אויך תקנות און גזירות פון חז״ל, זאכן וואס מען טוט נישט שבת. אויך ברענגט מען אריין שבת מיט קידוש פרייטיק צונאכט אויך קידוש שבת בייטאג און מען מאכט הבדלה שבת-צונאכט צו ווייזן אז די נייע וואך האט אנגעהויבן.

                                     

2.2. הויפּטע כאראקטעריסטיקן פון יידישקייט כשרות

זעט דעם הויפּט אַרטיקל – כשרות

כשרות איז איינע פון די צענטראלע מצוות פון יידישקייט, מיט וואס מען באצייכנט זיך אלס ייד. די הויפט הלכות פון כשרות זענען:

  • נישט עסן בשר בחלב, פון וואס שטאמט אז א יידישע קיך האט באזונדערע מיליכיגע און פליישיגע כלים.
  • נישט עסן בלוט
  • וועלכע בעלי חיים מעג מען עסן
  • שעכטן בהמות, חיות און עופות פארן עסן
                                     

2.3. הויפּטע כאראקטעריסטיקן פון יידישקייט דאווענען

זעט דעם הויפּט אַרטיקל – דאווענען

א ייד דאווענט דריי מאל א טאג, אינדערפרי שחרית, נאכמיטאג מנחה און ביינאכט מעריב. געוויסע טעג, ד"ה שבת, ראש חודש, יום טוב און חול המועד, דאווענט מען מוסף נאך שחרית. איין טאג אין יאר, יום כיפור, דאווענט מען א פינפטע תפילה, נעילה, פארנאכט.

                                     

2.4. הויפּטע כאראקטעריסטיקן פון יידישקייט לערנען תורה

די תורה באשטייט פון תורה שבכתב, די פינף ספרים פון דער תורה, און תורה שבעל פה, וואס נעמט איין משנה, תלמוד, תוספתא, מדרשים און אלץ וואס די חכמים דורך די דורת זענען מחדש. לערנען תורה איז איינע פון די מצוות וואס א ייד דארף מקיים זיין, אבער לערנען תורה האט א ספעציעלן ארט אין דעם לעבן פון א ייד.

                                     

3. יידישע גלויבונג

זעט דעם הויפּט אַרטיקל – אידישע אמונה פרינציפן

יידישקייט האט נישט קיין סיסטעם פון דאגמעס אזוי ווי אנדערע רעליגיעס. אין יידישקייט לייגט מען א דגש אויף פראקטישע מצוות מעשיות. דאך זענען פאראן אנגענומענע עיקרים פון אמונה וואס די גדולים פון די פריערדיקע דורות האבן צאמגעשטעלט. מערסט באוואוסט זענען די דרייצן עיקרים פונעם רמב"ם, וואס הייבט אן מיט אמונה אין איין גאט, וואס האט נישט קיין קערפער און נישט קיין פארעם, אויך אמונה אין נבואה, און איבער אלע נביאים די תורה וואס משה רבנו האט אראפגעבגרענגט. אנדערע הויפט פרינציפן זענען אמונה אין משיח, אין עולם הבא און אין תחיית המתים.

איינער פון די דרייצן עיקרים איז גלייבן אז דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט, אזוי ווי עס שטייט אין ספר בראשית, אז די וועלט איז באשאפן געווארן אין זעקס טעג, און אין דעם זיבעטן טאג האט דער אייבערשטער גערוט פון זיין ארבעט. די יאר ציילונגען אין דער יידישער לוח וואס איז היינט אנגענומען הייבן אן פון אנהייב דעם יאר אין וואס די וועלט איז באשאפן געווארן איין יאר פאר דעם באשאפן אדם הראשון. מען ציילט די יארן מיט יידישע נומערן, דאס הייסט ניצנדיק די אותיות פון א״ב; לויט דעם איז דאס יאר התשפ"א דאס 5781סטע יאר צו בריאת העולם דער אות ה אין אנהייב באדייט די טויזנטער.

אין ספר בראשית ווערט געברענגט אז אדם הראשון און חוה זענען באשאפן געווארן די לעצטע, אום זעקסטן טאג. נאך דעם חטא פונעם עץ הדעת זענען אדם און חוה געווארן פארטריבן פון גן עדן, און מיט דעם הייבט אן די געשיכטע פון דער מענטשהייט.



                                     

4. יידן איבער דער וועלט

במשך די יארן זענען די יידן געווארן באזונדערע עטנישע גרופעס אין פארשידענע טיילן פון דער וועלט: די אשכנזים פון מזרח און צענטראלער אייראפע, די ספרדים פון שפאניע, פארטוגאל און צפון אפריקע, די עדות המזרח פון בבל און אינדיע, די תימנים פונעם אראבישן האלבאינדזל. כאטש דער נוסח התפילה ענדערט זיך צווישן די פארשידענע גרופעס אבער אלע האלטן איין תורה.

                                     

4.1. יידן איבער דער וועלט איִדן אין אײראָפּע

כּלל ישׂראל האָט זיך פלאצירט ‫אין משך די פֿאַרגאַנגענע דורות אין דער מזרח און אין די צענטראַלע אָפּטײלונג. אײראָפּע איז אַ יבשה אױף מזרח זײט פֿונעם ערד קוגל, זי גרענעצט זיך מיט אַזיע, זי פֿאַרמאָגט פילע לענדער, פיל פֿון זײ זענען אומבאַקאַנטע נעמען פֿאַר איִדן װעלכע האָבן גאַנץ װײניג געהאַט פֿאַרבינדונגען מיט זײ אין די היסטאָריע. ייִדן זענען געקומען צו דער אײראָפּעיִשער יבשה נאָך אין די צײַטן פֿונעם צװײטן ביהמ"ק, אין לױף פֿון די דורות האָבן איִדן געװאַנדערט פֿון אײן לאַנד צום צװײטן אין אײראָפּע.

הייליגע טעג

ספרים

  • תנ"ך: ספר תורה - נביאים כתובים - טעמי המקרא - מקראות גדולות
  • חיצונישע פירושים: משלי בן סירא - ספר היובלים
  • פירושים אויף תנ"ך: צאינה וראינה - אונקלוס - ראב"ע - רמב"ן - רש"י
  • משנה: ברייתא - תוספתא
  • גמרא: תלמוד בבלי - תלמוד ירושלמי
  • פירושי התלמוד: רא"ש - מנחם המאירי - תוספות - רש"י
  • מדרשים: מדרש רבה - מדרש תנחומא
  • קבלה: משה חיים לוצאטו - ספר הזוהר - תורת הצמצום - עץ חיים - אשלג - שלום יהודה גראס
  • פרעמדע מקובלים: גרשם שלום
  • ספרי מחשבה: הכוזרי - הרב קוק - ישעיהו לייבוביץ - מהר"ל - מורה נבוכים - סעדיה גאון
  • ספרי מוסר: קב הישר - מסילת ישרים - חובת הלבבות
  • חסידישע ספרים: תניא - בעל שם טוב - קדושת לוי - ליקוטי מוהר"ן - אוהב ישראל
  • ספרי הלכה: שולחן ערוך - שולחן ערוך הרב - רמ"א - משנה תורה - ארבעה טורים - משנה ברורה

בעוווסטע און בארימטע מענטשן

                                     

זבל"א

זבל"א מיינט ווען מען רופט איינעם צו דין תורה און ער ענטפערט אז ער וויל נישט גיין צום בית דין וואס דער תובע האט זיך אויסגעקליבן, נאר ער וויל זיך אליינס אויסקלויבען א בורר, און דער תובע זאל זיך אויסקלויבן זיין בורר, און די צוויי בוררים זאלן צווישן זיך אויסקלויבן א דריטן. זבל"א איז די ראשי תיבות פון ז ה ב ורר ל ו א חד.