ⓘ פרוי. א פרוי איז א נקיבה פון דעם באשעפעניש מענטש. געוויינליך מיינט דאס פרוי א דערוואקסענע נקיבה, און א יונגערע רופט מען א מיידל, אבער אפטמאל רופט מען יעדע נישט- ..

                                     

ⓘ פרוי

א פרוי איז א נקיבה פון דעם באשעפעניש מענטש.

געוויינליך מיינט דאס פרוי א דערוואקסענע נקיבה, און א יונגערע רופט מען א מיידל, אבער אפטמאל רופט מען יעדע נישט-געהייראטע פרוי א ״מיידל״ אדער א ״מויד״.

א פרוי האט א טראכט אין וואס א וולַד קען וואקסן. איר בעקן איז גרעסער ווי א מאנצביל כדי זי זאל קענען געבערן דאס קינד. א געוויינלעכע פרוי קען געבערן קינדער פון רייפונג ביז דער איבערגאנג ״מענאפויזע״.

דער קול פון א פרוי איז העכער. איר מוסקלען זענען אומגעפער 30% שוואכער פון א מאנצביל.

                                     

1. היסטאריע

די ערשטע פרוי איז געווען חווה. אנדערע פרויען דערמאנט אין דער תורה זענען נעמה, די אימהות שרה, רבקה, רחל, לאה, ווי אויך בלהה און זלפה, צפורה.