ⓘ מוזייען ..

באטאנישער גארטן

אַ באָטאַנישער גאָרטן איז אַ פּאַרק מיט עקזאָטישע פֿלאַנצן און געװיקסן. די פֿלאַנצן האָבן װיסנשאַפֿטלעכע באַשריפֿטונגען װי אין א מוזײ. גרױסע באָטאַנישע גאָרטנס זײַנען אין ניו יאָרק, מיזורי, קיו, בערלין און מינכן. ברוקלין באטאנישער גארטן

האגיא סאפיא

האַגיאַ סאפיאַ איז א גריכיש-ארטאדאקסישער קלויסטער, אין סטאמבול, טערקיי, וואס ווערט גערעכנט איינע פון די בעסטע מוסטערן פון קונסט און ארכיטעקטור אין דער ביזאנטישער אימפעריע און איינע פון די בארימטסטע געביידעס אין דער וועלט, מיט איר מאסיוון קופאל, וואס איז געווען א חידוש אין ארכיטעקטור. נאכן צוזאמענפאל פון דער אימפעריע איז עס געווארן א מעטשעט, און היינט דינט עס א מוזיי.

                                     

ליווינג תורה מוזעאום

די "לעבעדיגע תורה מוזיי" איז א חרדישער מוזעאום אין בארא פארק וועלכער ווערט אנגעפירט דורך דעם ליאזנער רבין, ר שאול שמעון דייטש. דער מוזעאום פארמאגט פארשידענע געשיר און מטבעות פון דער צייט פון די משנה און גמרא. אויך פארמאגט ער פארשידענע פערמאנירטע באשעפענישן.

                                     

שומרונים מוזיי

דער שומרונים מוזיי איז אַן עטנאָגראַפישער מוזיי און אַרכעאָלאָגישער מוזיי אין הר גריזים לעבן שכם. דער מוזיי שטעלט פאר די קולטור פון די "שומרונים". דער מוזיי איז דער איינציקער מוזיי אין דער וועלט געווידמעט צו שומרונים און זייער שפּראַך. דער מוזיי איז געעפנט געווארן אין 1991.