ⓘ סדר קדשים, דער פינפטער סדר פון משניות, איז כולל 11 מסכתות. קדשים איז טייטש הייליגע זאכן, רוב מסכתות אין דעם סדר האבן צו טון מיט קרבנות. דער סדר איז צעטיילט אין ..

                                     

ⓘ סדר קדשים

סדר קדשים, דער פינפטער סדר פון משניות, איז כולל 11 מסכתות. קדשים איז טייטש הייליגע זאכן, רוב מסכתות אין דעם סדר האבן צו טון מיט קרבנות.

דער סדר איז צעטיילט אין די פאלגנדע 11 מסכתות:

  • מסכת ערכין וועגן איינער איז מנדר זיין "ערך", און אויך וועגן דינים פון הקדש
  • מסכת קנים וועגן קרבנות פון עופות וואס זענען געווארן אויסגעמישט
  • מסכת בכורות וועגן בכורות פון בהמות און פון מענטשן, און וועגן מעשר בהמה
  • מסכת מנחות וועגן קרבנות פון מעל
  • מסכת כריתות וועגן ווער איז חייב כרת אדער א קרבן חטאת
  • מסכת מדות וועגן דעם בית המקדש
  • מסכת זבחים וואס רעדט וועגן קרבנות פון בהמות און עופות
  • מסכת מעילה וועגן דינים פון מעילה און האבן הנאה פון הקדש זאכן
  • מסכת תמורה וועגן מאכן תמורה פון א קרבן
  • מסכת חולין וועגן שחיטה, בשר בחלב און נאך ענינים
  • מסכת תמיד וועגן דער עבודה אינעם בית המקדש

אויף רוב מסכתות איז דא גמרא נאר בבלי. אויף די ערשטע פרקים פון תמיד איז דא א גמרא צוזאמענגעשטעלט פון אנדערע מסכתות; אויף מדות און קנים איז בכלל נישט דא קיין גמרא.