ⓘ שבט, חודש. דער ארטיקל דיסקוטירט דעם חודש שבט. טאמער זוכט איר אנדערע באדייטן פונעם ווארט שבט, זעט שבט באדייטן. שבט איז דער עלפטער חודש צו דער ציילונג פון די חדשי ..

                                     

ⓘ שבט (חודש)

דער ארטיקל דיסקוטירט דעם חודש שבט. טאמער זוכט איר אנדערע באדייטן פונעם ווארט שבט, זעט שבט באדייטן.

שבט איז דער עלפטער חודש צו דער ציילונג פון די חדשים וועלכע ווערט געציילט פון ניסן.

                                     

1. קביעות - קאלענדאר

פון ווען סאיז באשטימט געווארן דער יידישער קאלענדאר קביעות החדשים, איז שבט שטענדיג א פולער חודש מלא: א חודש פון דרייסיג טעג.

ראש חודש שבט איז שטענדיג איין טאג: דער ערשטער טאג פון שבט וויבאלד טבת איז שטענדיג א פארקערצטער חודש חסר: ער האט שטענדיג נאָר ניין און צוואנציג טעג.

דער ערשטער טאג פון חודש שבט קען אויספאלן פינף טעג פון דער וואך: ב ג ד ה ז מאנטיק, דינסטיק, מיטוואך, דאנערשטיק, שבת.

                                     

2. קביעות - קאלענדאר

קאלענדאר פאר שבט ווען דער ערשטער טאג געפאלט דינסטיק

אין א יאר ווען ראש השנה געפאלט דאנערשטאג און דאס יאר איז א שנה חסירה ד"ה הח"א מעוברת געפאלט דער ערשטער טאג שבט דינסטיק.

קאלענדאר פאר שבט ווען דער ערשטער טאג געפאלט מיטוואך

אין א יאר ווען ראש השנה געפאלט דאנערשטאג און דאס יאר איז א שנה כסידרן ד"ה הכ"ז פשוטה געפאלט דער ערשטער טאג שבט מיטוואך.

                                     

2.1. קביעות - קאלענדאר קאלענדאר פאר שבט ווען דער ערשטער טאג געפאלט מאנטיק

אין א יאר ווען ראש השנה געפאלט מאנטאג און דאס יאר איז א שנה שלימה ד"ה אדער בש"ה פשוטה אדער בש"ז מעוברת, ווי אויך אין א יאר ווען ראש השנה געפאלט דינסטאג ד"ה אדער גכ"ה פשוטה אדער גכ"ז מעוברת, געפאלט דער ערשטער טאג שבט מאנטיק.

                                     

2.2. קביעות - קאלענדאר קאלענדאר פאר שבט ווען דער ערשטער טאג געפאלט מיטוואך

אין א יאר ווען ראש השנה געפאלט דאנערשטאג און דאס יאר איז א שנה כסידרן ד"ה הכ"ז פשוטה געפאלט דער ערשטער טאג שבט מיטוואך.

                                     

2.3. קביעות - קאלענדאר קאלענדאר פאר שבט ווען דער ערשטער טאג געפאלט דאנערשטיק

אין א יאר ווען ראש השנה געפאלט דאנערשטאג און דאס יאר איז א שנה שלימה ד"ה אדער הש"א פשוטה אדער הש"ג מעוברת, ווי אויך אין א יאר ווען ראש השנה געפאלט שבת און דאס יאר איז א שנה חסירה ד"ה אדער זח"א פשוטה אדער זח"ג מעוברת, געפאלט דער ערשטער טאג שבט דאנערשטיק.

                                     

2.4. קביעות - קאלענדאר קאלענדאר פאר שבט ווען דער ערשטער טאג געפאלט שבת

אין א יאר ווען ראש השנה געפאלט מאנטאג און דאס יאר איז א שנה חסירה ד"ה אדער בח"ג פשוטה אדער בח"ה מעוברת, ווי אויך אין א יאר ווען ראש השנה געפאלט שבת און דאס יאר איז א שנה שלימה ד"ה אדער זש"ג פשוטה אדער זש"ה מעוברת געפאלט דער ערשטער טאג שבט שבת.



                                     

3. דער אינהאלט פון חודש

דער צירוף פון חודש שבט גייט ארויס פון דעם אנפאנג פון די ווערטער ראשי תיבות ה מר י מירנו ו היה ה וא ויקרא כז. לג.

דער מזל פון שבט ווערט אנגערופן דלי.