ⓘ ריכטער ..

ראהאוף ראשיד אבד אל-ראכמאן

ראַאוף ראַשיד אַבּד אַל-ראַכמאַן איז איין איראקישער ריכטער וואס האט אנגעפירט דעם פראצעס קעגן סאדאם כוסעין און זיינע קאלאבערירער אין יאר 2006, און ער האט אים - מיט נאך הויכראנקיגע געהילפן - עווענטועל פאראורטיילט צו הינריכטונג. ראכמאן איז א עטנישער קורדישער אפשטאמיגער, פון דער שטאט האַלאַבּדשאַ, די טרויעריגע בארימטע שטאט, וואס סאדאם האט פארגאזט פילע בירגער, נאך א דורכגעפאלענער אויפשטאנד פרואוו אין יאר 1988. עטוואס נאכן פראצעס, אום דעצעמבער 2006, איז ראכמאן מיט זיין פאמיליע געפארן אויף וואקאציע קיין ענגלאנד, מיט א ספעציעלער רייזע וויזע. נאך דריי חדשים זיך פארזוימען אין ענגלאנד, האט ער פארלאנג ...

מעלווין באראש

מעלווין באראש איז א ריכטער אין ברוקלין וואס איז באקאנט געווארן צוליב דעם וואס ער האט געראטעוועעט סאטמאר לויט די זאליס, און צוטיילט סאטמאר לויט די ארוניס. ער האט געאורטיילט פאר די זאליס קעגן די ארונים. און צוליב דעם איז ראדני שול מיט אלע סאטמערע נכסים פון וויליאמסבורג אין ווערט פון 339 מיליאן דאלער געגאנגן אונערן בעלות פאר ר זלמן לייב טייטלבוים די אינגערער ברודער. איינער פון זיינע הויפט ארגומענטן איז געווען אז דער פרייער גויאישער געריכט האט נישט וואס אריינרעדן און אז דאס הנהגה פון ר זלמן לייבס מעטשן זענען צוליב דאס ווילן פון די פריערדיגע סאטמאר רבי דער ברך משה און בלויז ער קען דעצעדירן און ...

נח דיער

נח דיער איז געווען א חרדישער איד, אן עסקן, פאליטיקאנט און א ריכטער אין ברוקלין, ניו יארק, וועלכער האט געהאלפן אסאך מענטשן. ער איז נפטר געווארן אין עלטער פון 66 יאר, נאכן ווערן אנגעשטעקט מיטן קאראנאווירוס.

מייקל טשערטאף

מייקל טשערטאף איז דער איצטיגער פאראייניגטע שטאטן סעקרעטאר פון היימלאנד זיכערהייט. ער איז געווען באפאר דעם א ריכטער אין די פאראיינטיגער שטאטן אפעליר געריכט. אויך אלס א פעדעראלער פראסעקיוטער, און אן אססטענט אטוירני גענעראל. ער איז נאמינירט געווארן נאכפאלגן טאם רידזש, דער ערשטער און פריערדיגער היימלאנד סעקרעטאר, דורך פרעזידענט בוש אום 11טן יאנואר, 2005. דערנאך געווארן גוט געהייסן פון סענאט דורך אן פילשטענדיגער שטימע אן קיין איין קעגנער. ער איז פון א אידישן אפשטאם און וואוינט אין ניו זשערסי מיט א ווייב און צוויי קינדער. זיין טאטע איז געווען א רב.

אברהם דוד סופר

אברהם דייויד סופר איז אן אמעריקאנער אידישער יוריסט, וועלכער האָט געדינט אלס לעגאלער ראטגעבער פאר די פאראייניקטע שטאטן שטאַט־דעפארטמענט בעת דער אדמיניסטראציע פון ​​פרעזידענטן ראנאלד רייגן און דזשארדזש בוש. פאר דעם איז ער געווען א פעדעראלער דיסטריקט ריכטער אין ניו יארק און א פראפעסאר פון געזעצן אין קאלומביע אוניווערסיטעט.