ⓘ ווייכווארג. װײכװאַרג שליסט איין אלע פראגראמען פאר א קאמפיוטער. יעדער קאמפיוטער פארמאגט הארטווארג וואס איז די פיזישע כלים, ווי א ווידעא קארטל, א הױפּט־טאָװל, אדע ..

טריק-טראק

טריק־טראַק איז פון די עלצטע טאוול-שפילן אין דער וועלט. צוויי שפילער שפילן, און מען באוועגט די ביינדלעך לויטן אויסקומפט פון צוויי ווערפלעך. דער געווינער איז דער ערשטער וואס האט אראפגענומען אלע זיינע ביינדלעך פונעם טאוול. כאטש דער אויסקומפט פונעם שפיל איז אפהענגיק אין מזל, אבער סטראטעגיע שפילט א גרויסע ראלע. דער שפיל־טאוול האט 24 לאנגע דרייעקן וואו מען לייגט די ביינדלעך, און יעדער שפילער האט 15 ביינדלעך. די שפיל פון טריק־טראק האבן שטארק שטודירט די קאמפיוטער וויסנשאפטלער, וואס האבן אנטוויקלט ווייכווארג וואס קענען געווינען דעם שפיל קעגן די בעסטע מענטשלעכע שפילער.

                                     

ⓘ ווייכווארג

װײכװאַרג שליסט איין אלע פראגראמען פאר א קאמפיוטער.

יעדער קאמפיוטער פארמאגט הארטווארג וואס איז די פיזישע כלים, ווי א ווידעא קארטל, א הױפּט־טאָװל, אדער א DVD ROM. צו דעם קומט די סאפטווער וואס באשטייט פון געשריבענע קאד, וואס זאגן פארן קאמפיוטער וואס צו טאן און וויאזוי צו מאנעוורירן מיט די מאשינקע.

ווייכווארג איז כולל:

  • אפליקאציעס וואס טוען געוויסע אויפגאבעס פאר באניצערס, למשל ווערטער פראצעסארן;
  • מיטלווארג וואס קאנטראלירט פארשפרייטע סיסטעמען.
  • סיסטעם ווייכווארג וואס א קאמפיוטער דארף האבן צו פונקציאנירין, למשך אן אפערירן סיסטעם;

יעדע קאמפיוטער פארמאגט הארטווארג וואס איז די פיזישע כלים, ווי א ווידעא קארטל, א מוטער-טאוול, אדער א דיווידי ראם. צו דעם קומט די ווייכווארג וואס באשטייט פון געשריבענע קאד, וואס זאגן פארן קאמפיוטער וואס צו טאן און וויאזוי צו מאנעוורירן מיט די מאשינקע.