ⓘ בלוט איז דאס רויטע בלוט צירקולאציע אינעם גוף פונעם מענטש. עס איז שרעקעדיג און טרויעריג ווען מען דערזעהט איר אבער אינעווייניג באהאלטן פונעם אויג טוט זי דאס פרייל ..

                                     

ⓘ בלוט

בלוט איז דאס רויטע בלוט צירקולאציע אינעם גוף פונעם מענטש. עס איז שרעקעדיג און טרויעריג ווען מען דערזעהט איר אבער אינעווייניג באהאלטן פונעם אויג טוט זי דאס פרייליכסטע אויפגאבע פונעם קערפער, עס דינט ווי די טראנספארטאציע מיטל ארום צו פירן די לעבנסוויכטיגע באשטאנדטיילן, ווי אקסיזשען און גלוקאז און אזוי ווייטער, פונעם קאפ ביזן נאגל פונעם פיס, געטריי און פלינק קומט זי אן צום קלענסטען באהאלטענסטן איבר, און גיבט זיי אלע חיות מיט נשמה דורך דעליווערן די אקסיזשען וואס מאכט איר די קאליר רויט.

געטריבן אין די אדערן, דורך דעם געטרייען אימערמידלעכן פּאָמפּ דער הארץ, שטראמט זי אן א אויפהער נאכאנאנד ביז די הונדערט און צוואנציג יאר.

אויך טראגט זי אוועק די מיסט און אפּפאל, ווען זי ווערט בלוי, די קארבן דייאקסייד פון אלע גלידער ארויס צו די לופט.

אלע ידיעות וועגן בלוט ווערט אנגערופן האמטאלאגיע.

                                     

1. פונקציעס

בלוט פֿירט אויס פֿיל וויכטיקע פֿונקציעס אין דעם קערפער, כולל:

  • אימונאלאגיע, דורך צירקולאציע פון ווייסע בלוטצעלן, און שאפן אנטיקערפערס
  • פֿארזארגן זויערשטאף צו געוועבן, דורך דעם העמאגלאבין אין די רויטע צעלן
  • פֿארגליווערונג, ווען א בלוט־אדער ווערט געשעדיקט, ווערט דאס בלוט פֿארגליווערט צו פֿארמיידן בלוטיגן
  • פֿארזארגן שפייזונג, ווי למשל גלוקאז, אמינאזייערסן און פֿעט־זייערסן
  • אוועקנעמען אפפֿאל ווי קארבאן דיאקסיד, אורעע און לאקטישע זייערס
  • קאנטראלירן די קערפער־היץ
                                     

2. ווי אזוי נעמט עס און געבט דאס?

וויאזוי עס נעמט אקסיגען, הארמאנען, און וויטאמינען פון די לונגען, נירן, לעבער, מוח, געדערעם, און די אנדערע סטאנציעס, און עס גיבט דאס ארויס דערליווערינדיג דאס צו אירע פונקטליכע אדרעסן?

                                     

3. בלוט קלאטינג

שטעלט אייך פאר די הויזן איז אייך צוריסן געווארן און עס נייט זיך צוריק צו פון זיך אליינס. אדער שטעלט אייך פאר אז איר האט נישט קיין בלאד קלאטינג און מען כאפט א שניט אויף די הויט, און דאס בלוט רינט און רינט ביז עס ענדיגט זיך די בלוט רח"ל.