ⓘ שטעט אין ענגלאנד ..

בראדפארד

בראַדפֿארד איז א שטאט אין מערב יארקשיר, ענגלאנד, 8.6 מייל מערב פון לידז, און 13 מייל צפון-מערב פון ווייקפֿילד. זי האט א באפֿעלקערונג פון 293.717.

גלאסטער

גלאסטער איז א היסטארישע שטאט אין גלאסטערשיר, ענגלאנד. די שטאט געפינט זיך אויפן סעווערן טייך, בערך 51 ק"מ צפון־מזרח פון בריסטאל און 72 ק"מ דרום־מערב פון בירמינגהאם. זיין באפעלקערונג אין 2011 איז געווען 121.900. די שטאט האט גוטע טראנספארט פארבינדונגען, מיט גלאסטער באן סטאנציע, דער M5 מאטארוועג און דער A38 שאסיי.

דארהאם

דאַרהאַם איז א היסטארישע שטאט און די גראפנשאפט שטאט פון קאנטי דארהאם אין צפון־מזרח ענגלאנד. די שטאט געפינט זיך אויפן טייך וויר, מערב פון סונדערלאנד, דרום פון ניוקאסטל אויפן טיין און צפון פון דארלינגטאן. דער שלאס, געבויט אינעם 11טן יארהונדערט, און דער דערנעבענדיקער קאטעטראל זענען געווארן באשטימט א וועלט ירושה ארט דורך אונעסקא אין 1986. דער שלאס איז די היים פון דארהאם אוניווערסיטעט זייט 1832.

הערעפארד

הערעפֿארד איז א היסטארישע שטאט און די גראפנשאפט שטאט פון הערעפארדשיר, ענגלאנד. די שטאט געפינט זיך אויפן טייך וויי, בערך 37 ק"מ צפון־מזרח פון גלאסטער און 39 ק"מ דרום־מערב פון וואוסטער. מיט א באפעלקערונג פון 53.516 איז דער גרעסטער יישוב אין דער גראפנשאפט. די שטאט האט א באן סטאנציע מיט פארבינדונגען צו וואוסטער, בירמינגהאם, לאנדאן, מאנטשעסטער און קארדיף.

ווייקפילד

ווייקפֿילד איז א שטאט אין מערב יארקשיר אין צפון־מזרח ענגלאנד. די שטאט געפינט זיך אויפן טייך קאלדער, 14 ק״מ דרום־מזרח פון לידז און 45 ק״מ דרום־מערב פון יארק, ביים מזרח עק פון די פעניין בערג.

יארק

יאָרק איז אן אור אלטע היסטארישע שטאט, ארומגענומען מיט א מויער, ביים צוזאמענפלוס פון די טייכן אוז און פאס, אין צפון יארקשיר, ענגלאנד. יארק איז די טראדיציאנעלע גראפנשאפט שטאט פון יארקשיר.

עקסעטער

עקסעטער איז א היסטארישע שטאט אין דעוואן, ענגלאנד. די שטאט געפינט זיך אויפן עקס טייך, בערך 37 ק"מ צפון־מזרח פון פלימאט און 70 ק"מ דרום־מערב פון בריסטאל. זיין באפעלקערונג אין 2009 איז געשאצט 118.800. די שטאט האט גוטע טראנספארט פארבינדונגען, מיט צוויי הויפט באן סטאנציעס, דער M5 מאטארוועג און עקסעטער אינטערנאציאלער פליפארט.

קעמברידזש

די שטאָט קעמברידזש איז אן אוניווערסיטעט־שטאָט און די גראפנשאפט שטאט פון קעמברידזשיר, ענגלאנד. קעמברידזש געפינט זיך אויפן קעם טייך, בערך 80 ק"מ צפון פון לאנדאן. ביים 2011 צענזוס האט קעמברידזש געהאט א באפעלקערונג פון 123.867. דער ערשטער שטעטל טשארטער האט מען געגעבן אין דעם 12טן יארהונדערט, אבער דעם סטאטוס פון א שטאט האט קעמברידזש נאר באקומען אין 1951. קעמברידזש איז מערסט באוואוסט וועגן דעם אוניווערסיטעט פון קעמברידזש, געגרינדעט אין 1209 און איינער פון די פינעף בעסטע אוניווערסיטעטן אין דער וועלט. היינט האט קעמברידזש אויך א געלונגענעם הויך־טעכנאלאגיע צענטער, גערופן "סיליקאן פֿען". קעמברידזש לי ...

                                     

ⓘ שטעט אין ענגלאנד

  • הויפטשטאט. אנדערע גרויסע שטעט זענען בירמינגהאם, מאנטשעסטער, לידז, שעפילד, בריסטאל און ליווערפול. דער לענגסטער טייך אין ענגלאנד איז דער סעווערן. אנדערע
  • איז א שטאט אין מערב יארקשיר, ענגלאנד מיט דער פערטער גרעסטער באפעלקערונג אין ענגלאנד מיט 750, 200 איינוואוינער 2006 לידז האט די צווילינג שטעט ברין, טשעכיי
  • שטאט אין דעם מזרח מידלאנדס ראיאן פון ענגלאנד די באפעלקערונג פון דער שטאט צווישן די אפיציעלע גרענעצן איז 288, 700. נאטינגהאם איז איינע פון זעקס שטעט אין ענגלאנד
  • קאטעדראל. אין ענגלאנד אבער צו ווערן גערופן א שטאט דארף זי האבן א קעניגלעכן טשארטער. אין אנדערער לענדער גייען אן אנדערע כללים. גאר אלטע שטעט זענען אפט
  • די גרא פ נשא פ ט שטא ט פון דער צערעמאנישער גרא פ נשא פ ט פון בארקשיר, ענגלאנד די שטאט געפינט זיך ביים צוזאמענפלוס פון די טייכן טעמז און קענעט, בערך
  • ביליאנער מייקל בלומבערג. יעצט איז ביל די בלאזיא דער בירגערמייסטער. אין אסאך שטעט אין ענגלאנד איז דער בירגערמייסטער נישט קיין פירער פון דער מוניציפאליטער נאר
  • סא פ אלק ענגליש: Suffolk, אויסגערעדט סא פ עק איז א גראפנשאפט פון ענגלאנד אין איסט אנגליא. סא פ אלק גרענעצט עסעקס צו דרום, קעמברידזשיר צו מערב און נארפאלק
  • איז אין דעם חלק פון ניי ענגלאנד אין צפון - מזרח פון די פאראייניגטע שטאטן. זיין הויפטשטאט איז באסטאן די שטאט באסטאן איז איינע פון די גרעסטע שטעט אין אמעריקע
  • פליסט אדורך דרום ענגלאנד דער טייך פליסט דורך עטלעכע שטעט צווישן זיי אקספארד, רעדינג, ווינדזאר און איבערהויפט, לאנדאן. ער פליסט אריין אין צפון ים. דער טעמז