ⓘ אליעזר גארדאן. הרב אליעזר גארדאן, באוואוסט אלס ר לייזער טעלזער, איז געווען פון די חשבסטע רבנים אין דער ליטע און פירערס פון די ליטווישע ישיבות. רוב פון זיינע יאר ..

                                     

ⓘ אליעזר גארדאן

הרב אליעזר גארדאן, באוואוסט אלס ר לייזער טעלזער, איז געווען פון די חשבסטע רבנים אין דער ליטע און פירערס פון די ליטווישע ישיבות. רוב פון זיינע יארן האט ער געדינט אלס אב"ד און ראש ישיבה אין טעלז. אונטער אים איז די טעלזער ישיבה געווארן די גרעסטע ישיבה אין דער ליטע.

                                     

1. לעבנסגעשיכטע

הרב אליעזר גארדאן איז געבוירן אינעם יאר התר"א אין טשערניאן דארף לעבן סוויר אין דער ווילנער גובערניע. פריער האט ער געלערנט אין דער סמארגאן חדר. ער האט גיך געוויזן עילויאישקייט, און זיין פאטער אברהם שמואל, א תלמיד ר חיים וואלאזשינערס, האט אים געשיקט לערנען אין דער ישיבה אין א שטעטל לעבן ווילנא. נאכער איז ער געגאנגען לערנען אין קאוונע אין הר"ר ישראל סאלאנטערס בית מדרש. צום עלטער פון פופצן יאר האט ר ישראל ממנה געווען אים אלס מגיד שיעור.

אין התרט"ז 1856 האט ער חתונה געהאט מיט דער טאכטער פון ר אברהם יצחק נאווייזער, דער קאוונער רב. אין קאוונע איז ער געווארן א מורה הוראה ביז התרל"ד 1874 ווען מהאט אים באשטימט אלס שטאט רב פון סלאבאדקע א שטעטל לעבן קאוונע. מיט א האלב יאר שפעטער איז ער געווארן רב אין קעלם, וואו ער האט אויפגעשטעלט א ישיבה וואס האט געצויגן בחורים פון דער לענג און ברייט פון ליטא. מיט א צען יאר שפעטער האט ער באקומען א רוף צו ווערן רב אין טעלז; דארטן איז ער אויך געווארן ראש ישיבה פון דער ארטיגער ישיבה.

אין תרס"ט איז הרב גארדאן געווען א דעלעגאט צו דער האָמבורג קאנפערענץ וואו מהאט באשלאסן אויפצושטעלן אגודת ישראל.

אינעם יאר התר"ע 1910 איז ער געפארן קיין לאנדאן בכדי צו זאמלען געלט פארן בניין פון דער ישיבה וואס איז פארברענט געווארן. ער האט נישט געהאט קיין סאך הצלחה אין לאנדאן און ער איז נפטר געווארן דארטן ד אדר א. ער האט געהאט א ריזיגע לויה פון פופציג טויזנט מענטשן וואס האבן אים באגלייט צופיס עטלעכע קילאמעטער צום בית עולם אין עדמאנטאן. צווישן די מספידים זענען געווען דער רידב"ז, דער אדר"ת און דיין שמואל יצחק הילמאן פון גלאזגוי.

                                     

2. טעלז

כאטש ער איז געווען דער שטאטס רב אין טעלז, אבער זיינע עיקר כוחות האט ער אריינגעלייגט אין דער ישיבה. אנדערש ווי איז געווען איינגעפירט אין ישיבות דעמאלסט, האט ער איינגעפירט א נייעם מהלך אין לערנען, וואס איז היינט אויפגענומען אין כמעט אלע ישיבות:

  • אלס תלמיד פון ר ישראל סאלאנטער האט ער איינגעפירט אין ישיבה לערנען מוסר. אין תרנ"ז האט ער אויפגענומען ר לייב חאסמאן אלס משגיח.
  • ער האט געטיילט די ישיבה אין עטלעכע שיעורים, נישט אזוי ווי פריער ווען אלע בחורים האבן געלערנט צוזאמען אין איין שיעור.
  • ער האט געלייגט דעם עיקר דגש אויף לערנען גמרא מיט ראשונים, צוזאמען מיט נאר געציילטע אחרונים - קצות, נתיבות און ר עקיבא אייגער.

ר אליעזר אליין האט געזאגט דעם העכסטן שיעור. אן אנדער שיעור האט געזאגט זיין איידעם, הר"ר יוסף לייב בלאך. ער האט אויך אויפגענומען הר"ר שמעון שקאפ אלס מגיד שיעור.

                                     
  • צבי טענעבוים, אב ד טשאטע און מח ס נטע שורק עה ת ה תר ע אדר א - הרב אליעזר גארדאן אב ד און ראש ישיבה אין טעלז ה תשמ ד אדר א - הרב ד ר שלמה שיינפעלד
  • טענעבוים, אב ד טשאטע און מח ס נטע שורק עה ת ה תר ע אדר א - רבי אליעזר גארדאן ראש ישיבה אין טעלזש ה תשמ ד אדר א - הרב ד ר שלמה שיינפעלד פון לאנדאן
  • יוליאניש 7טן נאוועמבער - לעוו טאלסטוי, רוסישער שרייבער געב 1828 הרב אליעזר גארדאן וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: 1910 יארן און יארהונדערטער
  • הרב ירחמיאל ישראל יצחק דאנציגער, צווייטער אלעקסאנדער רבי, דער ישמח ישראל ד אדר א - הרב אליעזר גארדאן אב ד און ראש ישיבה אין טעלז יארן אין יידישן לוח
  • שפעטער איז ער אריבערגעגאנגען לערנען אין טעלז ביי רבי שמעון שקאפ און רבי אליעזר גארדאן ביי די זיבעצן יאר האט ער שוין געוואוסט גאנץ ש ס. דאס געלט וואס ער האט
  • דער ראש ישיבה איז געוון רבי אברהם שמואל הירשאוויץ, אן אייניקל פון רבי אליעזר גארדאן פון טעלזש, און דער גייסטיקער משגיח איז געווען רבי משה מידנער, אן אייניקל
  • מאיר איז דער ראש ישיבה פון דער ספרינגפילד ישיבה אין ניו דזשערסי. הרב אליעזר גארדאן האט געגרינדעט די ישיבה. נאך זיין פטירה איז זיין איידעם הרב יוסף לייב
  • אריבער לערנען אין טעלז, וואו ער האט געלערנט א סך פון דעם ראש ישיבה רבי אליעזר גארדאן נאך צוויי יאר שפעטער איז ער אריבער לערנען אין סלאבאדקע, אונטער דעם
  • געמיינדע פון 100 מענטשן. ער האט געלערנט אין דער טעלזשער ישיבה ביי רבי אליעזר גארדאן און רבי שמעון שקאפ. שפעטער האט ער געלערנט א יאר אין נאווהארדאק, וואו