ⓘ צייט איז א מאס צו מעסטן דאס געדויערקייט פון געשעענישן. מען ניצט געשעענישן צו מעסטן צייט, למשל ווען די זייגער איז געווען אויף צוועלעף, אדער נאכן וועלטס קריג. די ..

טערמין

טערמין איז אויף די כוונה און מיינונג פון די זאך וואס פירט זיך לויטן זאגער אדער טוער, מען קען עס נוצען סיי אויף א ווארט און סיי אויף צייט. וו.צ.ב. א פלאמבער מיט א קאמפיוטער טעקנישן קענען זאגן די זעלבע ווארט אבער איטליכער רעכט פון אנדער מיינונג ווייל זייער טערמאנאלאגיע איז אנדערשט. אדער ביי צייט ווען מען בארגט זיך איינער דעם אנדערן געלט דארף מען באצאלן לויט די טערמיןען פון דעם בארגער אדער פארקערט לויט די טערמין פון דעם פארבארגער. דאָס װאָרט קען זיך װײַטער צעטײלן צו עטלעכע באַדײַטן: טערמינאלאגיע קאדענץ

                                     

ⓘ צייט

צייט איז א מאס צו מעסטן דאס געדויערקייט פון געשעענישן. מען ניצט געשעענישן צו מעסטן צייט, למשל "ווען די זייגער איז געווען אויף צוועלעף", אדער "נאכן וועלטס קריג". די קאלענדער מעסט צייט לויט די פאזיציעס פון הימלישע עלעמענטן, למשל "ווען די לבנה איז געווען גאנץ", אדער "פינף גאנצע לבנות צירוק". זייגערס מעסטן צייט לויט ווי לאנג עס דויערט פאר מעכאנישע, עלעקטראנישע, אדער נוקלעארע רעאקציעס צו געשען. די מאס פון זייגערס איז צוטיילט אויף סקונדעס וואס איז באזירט אויף חלקים פון א "טאג" וואס איז באזירט אויף די געשעענישן פון טונקעלקייט און ליכטיגקייט אויף אונזער פלאנעט.

                                     

1. פסיכילאגישע צייט

פסיכילאגישע צייט, איז די צייט וואס מענטשן שפירן מיטן מח, דאס קען אויסקוקען ווי עס לויפט שנעלער אדער שטייטער - אפילו ווען לויטן זייגער איז עס די זעלבע לאנג. דאס איז נישט די זעלבע פארקורצערינג און פארלענגערינג פון צייט ווי די רעלאטיווע צייט פון איינשטייןס טעאריע, וואס מען קען מעסטן מיט צוויי זייגערס.

היינט פיל איך אז היום קצר והמלאכה מרובה, די צייט איז מיר ב"ה נישט לאנגווייליג, ווי קען מען האבן נאך, צייט איך האב דיך ליעב לויף נישט אוועק.

צייט איז א חלק פון דער בריאה, בעפאר די בריאה איז נישט געווען אזא מין מושג פון צייט.

                                     

2. איינשטיינס טעאריע

זעט דעם הויפּט אַרטיקל – ספעציעלע טעאריע פון רעלאטיוויטעט

איינשטיין האט אויפגעטון אז צייט און פלאץ זענען פארבונדן איינס מיט אנאנד. און אז צייט איז רעלאטיוו, דאס מיינט אז עס קען לויפן שנעלער אדער שטייטער ווי די צייט אויף א צוייטן פלאץ. לויט די טעאריע קומט אויס אז צייט לויפט שטייטער וואו עס איז דא א שטארקע קראפט פון גראוויטאציע. אויך גייט די צייט שטייטער פאר אוביעקטן וואס רירן זיך מיט א גרויסע שנעלקייט, רעלאטיוו צו אוביעקטן וואס רירן זיך שטייטער.

                                     
  • א צייט זאנע איז א ראיאן פון דער וועלט וואס האט גלייכפארמיקע סטאנדארטע צייט וואס מ רופט אויך לאקאלע צייט היינט איז אנגענומען צו רעכענען צייט זאנעס אלס
  • אוואנטורע צייט ענגליש: Adventure Time איז אן אמעריקאנישע אנימירטע טעלעוויזיע סעריע באשאפן דורך פ ענדלטא ן ווא רד פאר קארטון נעצווערק. די סעריע איז וועגן
  • מעלאדיע צייט ענגליש: Melody Time איז אן אמעריקאנישער אנימירטער פילם וואס איז געווארן פראדוצירט אין 1948 דורך וואלט דיזני און פארשפרייט דורך RKO ראדיא
  • דער ווארט נייע צייטן איז בעיקר באנוצט דורך היסטאריקער אויסצו משל ן די עפאכע תיכף און קורץ נאכן עפאכע וואס איז באוויסט פון די פריע מאדערנע צייטן. דאס נעמט
  • UTC 1 איז די צייט זאנע געריקט איין שעה פאר אוניווערסאלער צייט די צייט זאנע ווערט געניצט: צענטראל אייראפע מערב - אפריקע מערב - אייראפע זומער זייגער ענגלישער
  • UTC 2 איז די צייט זאנע געריקט צוויי שעה פאר אוניווערסאלער צייט די צייט זאנע ווערט געניצט: אין אפריקע, ווי דער סטאנדארטער זייגער א גאנץ יאר - צענטראל אפריקאנער
  • די איצטיקע צײ ט רעכענונג רא שי ת יב ות: אצ ר איז א צײ ט רעכענונג ווא ס הייבט אן דעם 1טן יאנואר 3761 ג תשס א לבריאת העולם. היינט ציילט מען יא רן פ ון
  • א טא ג אדער א מעת - לעת איז אן איינס פון צייט וואס איז לאנג אזוי ווי די זון גייט איין מאל ארום דער ערד. וואס די זון גייט לכאורה ארום דער ערד איז צוליב דעם
  • דער 19טער יארהונדערט איז די צייט צווישן די יארן 1801 - 1900. 1805 - קאמף פון טראפאלגאר די תפארת ישראל שול ווערט געבויט אין ירושלים
                                     

1טער י"ה

דער ערשטער יארהונדערט רעכנט אריין די יארן צווישן 1 און 100 לויטן יוליאנישן קאלענדער. די יארן בעפאר דעם רופט מען פארן ציילן אדער לפני הספירה אויף ענגליש: BCE. דורכאויס דער צייט איז א גרויסע טייל פון די וועלט געווען אונטער דער הערשאפט פון דער רוימישער אימפעריע.