ⓘ יידישע קיך ..

בארשט

בארשט "צוויקל זאפט" איז א פליסיג אייראפעאיש עסן געמאכט פון רויטע בוריקעס וואס איז פאפולער ביי יודן. מען גרייט צו בארשט אויף צוויי וועגן - געקאכטער בארשט אדער געשטעלטער בארשט. אין פוילן האט מען געקאכט בארשט פליישיק, מיט נאקן בהמה פלייש און קנאבל. אין ליטע האט מען געקאכט א פארעווער בארשט וואס מען עסט מיט סמעטענע. צו מאכן א געשטעלטן בארשט ווייקט מען די בוריקעס אין וואסער און מען לאזט עס שטיין א לענגערע צייט ביז ער יערט.

בורמאעלאס

בוּרמאָעלאָס איז א געפרעגלטע עסן פון די שפאנישן קיך. עס איז פארשפרייט געווארן מיט דעם נאמען אין די לאטיינישע לענדער. א מילכיגע ווערסיע איז אויך שטארק פאפולער. פארהאן וואס זאגן אז עס קומט פון די מוסולמענער וואס זיי האבן עס פארשפרייט ווען זיי האבן איינגענומען שפאניע דאן האבן עס די קריסטן פארשפרייט אין לאטיין אמעריקע און ווען די יודן זענען פון דארט פארטריבן געווארן האבן זיי עס צושפרייט אין די באלקאנישע און צפון אפריקאנישע לענדער.

גאלער

גאַלער אָדער גאַלערעטע אָדער כאָלאָדעץ אָדער פטשאַ אדער פֿיסנאגע איז א פארגליווערטע פליישיגע עסן. מען קאכט אויף די ביינער פון די פיס פון אן אקס און די יויך קילט זיך אפ און ווערט פארגליווערט. פוילישער אפשטאמיגע יודן עסן גאלער שבתֿ מיטאג ביי דער טאג סעודה, צוזמען מיט ציבל־און־אייער, נאך די פיש און פאר די טשאָלנט. מען מאכט עס פון די פוס־‬ביינער פון א בהמה.

געהאקטע לעבער

געהאַקטע לעבער איז אַ ייִדישע שפּײַז פֿון מיטל און מיזרח־אײראָפּע. מע פּרעגלט לעבערס פֿון עופות אדער רינדער מיט ציבעלעך און מען האקט די לעבער מיט אַ מעסער. מען צעמאלט דערצו אַ געקאָכטע אײ און װירצט מיט זאַלץ און פֿעפֿער און אַ ביסל שמאַלץ.

געפילטע פיש

‫ געפֿילטע פֿיש זענען פיש וואס מהאט אנגעפילט; די פילונג מאכט מען פון געמאלענע פיש. היימישע געפילטע פיש זענען געוויינטלעך קארפ אדער לעשט; אמאל פלעג מען פילן אויך העכט. די פילונג קען ווערן געמישט מיט אייער און ציבל און א ביסל פעפער. מדארף אויך אריינגעבן א ביסל מצה מעל אז עס זאל זיך האלטן צוזאמען, און צעמאלענע מאנדלען געבן א גוטן געשמאק. פוילישע און גאליציאנער יידן זענען געוואוינט צו קאכן די פיש זיס, מיט צוקער, אבער ליטווישע קאכן די פיש אן צוקער. היינטיגע צייטן מאכן א סאך די געמאלענע פיש און מקאכט דאס אליין. עס איז אַ "מנהג ישׂראל" דאָס צו עסן ביי די שבתדיגע סעודות און ביי אנדערע סעודות מצוה. ...

המן טאש

המן טאשן איז א סארט קיכל וואס איז דריי עקיג און איז אנגעפילט מיט מאן אינדערמיט. ביי אסאך בעקערייען פארקויפט מען דאס א גאנץ יאר, אבער ביי פרומע און טראדיציאנאלע אידן איז דאס א מנהג צו עסן בעיקר פורים, ספעציעל פורים ביינאכט ווען סווערט געברענגט א מנהג צו עסן זאמען.

                                     

בלינצע

א בלינצע איז א מאכל געמאכט פון מעל געמישט מיט וואסער אדער מילך און געפרעגלט זייער דין. נאך דעם פילט מען די בלינצע מיט קעז אדער קאנסערוו אדער אנדערע זאכן. שבועות איז א מנהג ביי יידן פון מזרח אייראפע צו עסן בלינצעס אנגעפילט מיט קעז.