ⓘ ימים טובים ..

אסרו חג

אסרו חג ווערט אנגערופן דער טאג וואס איז נאך די שלש רגלים: פסח, שבועות, סוכות. ביי אידן איז דאס א שטיקל יום טוב, אין תלמוד ירושלמי שטייט אז אידן זענען זיך צוזאמען געקומען דעם פיר און צוואנציגסטן טאג אין חודש תשרי צו מאכן א פאסט טאג און עוסק זיין אין תשובה אויף די זינד. נחמיה ט, א פרעגט דער ירושלמי עבודה זרה פ"א סוף ה"ב פארוואס נישט אין דעם דריי און צוואנציגסטן טאג, ענטפערט דער ירושלמי משום חגא דמועדא, מען האט נישט געווואלט פאסטן אין דריי און צוואנציגסטן טאג פון תשרי צוליב אסרו חג.

ט"ו בשבט

ט"ו בשבט אדער חמשה עשר בשבט איז דער ראש השנה לאילנות, איינע פון די פיר ראש השנהס וואס זענען דערמאנט אין מסכת ראש השנה. היינטיגע צייטן איז דער טאג א שטיקל יו"ט.

יום העצמאות

יום העצמאות איז דער יארטאג פון ישראלס אומאפהענגיקייט. דער טאג איז א פייערטאג וואס ווערט געפייערט יערליך ה אייר צום אנדענק פון דעם זעלבטשטענדיגקייט פונעם לאנד אין יאר התש"ח.

יום השואה

יום השואה איז א יידישע אנדענק טאג וואס ווערט געפייערט אין מדינת ישראל יעדעס יאר אום כ"ז ניסן. אין דער טאג פאראייניגן זיי זיך מיט די 6 מיליאן אומגעקומענע יידן וואס זיינען געמארדעט געווארן ביי דעם חורבן דורך די נאציס מיט זייער פירער היטלער אין אייראפע.

ל"ג בעומר

ל"ג בעומר איז א יידישער פייערטאג וואס מען פייערט דעם 33 סטן טאג פון עומר-ציילונג צום אנדענק פון רבי שמעון בר יוחאיס יארצייט. מען זאגט נישט קיין תחנון ביים דאווענען אין מערסטע קהילות זאגט מען אויך נישט ביי מנחה דעם פריערדיגן טאג. ביי אשכנזים איז מען זיך נוהג אז מען מעג זיך שערן און חתונה האבן ל"ג בעומר. ווען ל"ג בעומר געפאלט זונטאג שערט מען זיך דעם פריערדיגן ערב שבת. די חדר יינגלעך האבן דעם טאג א יומא דפגרא. מען איז געוואוינט צו מאכן אויספלוגן פאר די קינדער.

סוכות

סוכות - איז אַ יִידישע זיבן טאגיגע פייערונג, פון ט"ו תשרי ביז כ"א תשרי. גלייך נאך סוכות געפאלט דער יום טוב שמיני עצרת. עס הייסט אויך חג האסיף דער יום טוב פון הארבסט וואס מען טוט איינזאמעלן די תבואה. עס געפאלט אין חודש "תשרי", פיר טעג נאך יום כיפור. דער ערשטער טאג אין חוץ לארץ די ערשטע צוויי טעג פון סוכות איז א יום טוב, און די איבעריגע טעג זענען חול המועד. סוכות עסט מען און שלאפט מען אין דער סוכה.

שבועות

שבֿועות איז איינער פֿון די "שלש רגלים", פֿון דרײַ יידישע ימים–טובֿים: פסח, שבֿועות, סוכות. דער יום–טובֿ געפֿאלט דעם 6טן אין סיון. דער נאָמען "חג שבֿועות" שטייט אין חומש דבֿרים ט”ז און איז דער טײטש דער יום–טובֿ פֿון די "וואָכן", ווײַל ווי דער חומש זאגט אין ויקרא כ”ג דאַרף מען אָפצײלן זיבן וואָכן 49 טעג פֿון 1טן טאָג עומר "ממחרת השבת" פֿון צומאָרגנס פֿון שבת, און דער פופציגסטער טאָג איז יום–טובֿ שבֿועות. אין חומש ווערט אָבער ניט געשטאַנען קלאָר, וואָס מען מײנט "ממחרת השבת". נאָר די תורה שבעל פה דערקלערט, אַז דאָס מײנט מען נישט פֿון "צומאָרגנס פֿון שבת", פֿון זונטיג, נאָר מען מײנט פֿון "צומאָ ...

שלש רגלים

שלש רגלים רופט מען אן די דריי יום טובים וואס איז אן מצוה עולה רגל צום בית המקדש, דאס זיינען: פסח, שבועות און סוכות. די נאמען פון שלש רגלים געפונען מיר און ספר שמות פרק כג: יד "שָׁלשׁ רְגָלִים תָּחֹג לִי בַּשָּׁנָה: טו אֶת חַג הַמַּצּוֹת תִּשְׁמֹר שִׁבְעַת יָמִים תֹּאכַל מַצּוֹת כַּאֲשֶׁר צִוִּיתִךָ לְמוֹעֵד חֹדֶשׁ הָאָבִיב כִּי בוֹ יָצָאתָ מִמִּצְרָיִם וְלֹא יֵרָאוּ פָנַי רֵיקָם: טז וְ חַג הַקָּצִיר בִּכּוּרֵי מַעֲשֶׂיךָ אֲשֶׁר תִּזְרַע בַּשָּׂדֶה וְ חַג הָאָסִף בְּצֵאת הַשָּׁנָה בְּאָסְפְּךָ אֶת מַעֲשֶׂיךָ מִן הַשָּׂדֶה: יז שָׁלשׁ פְּעָמִים בַּשָּׁנָה יֵרָאֶה כָּל זְכוּרְךָ אֶל פְּנֵי הָא ...

שמחת תורה

שמחת תורה איז דער יום טוב וואס מען פייערט דעם לעצטן טאג פון סוכות-שמיני עצרת. אום דעם טאג ליינט מען די סדרה וזאת הברכה און מען ענדיגט ליינען די תורה. אין ארץ ישראל געפאלט שמחת תורה כ"ב תשרי און אין חוץ לארץ כ"ג תשרי. יידן פירן זיך אין רוב ערטער צו מאכן הקפות און טאנצן מיט אלע ספרי תורה. דער רמ"א ברענגט א מנהג צו ליינען די תורה שמחת תורה ביינאכט, און אזוי פירן זיך רוב אשכנזישע קהילות.

                                     

ⓘ ימים טובים

  • גארנישט מיטן אידישן גאט א חגא. די תורה רעכנט אויס זיבן טעג אין יאר פאר ימים טובים פסח חג המצות - ט ו ניסן און כ א ניסן שבועות חג הביכורים - ו סיון
  • נשיאת כפים וברכות הלכות שבת הלכות עירובין וראש חודש הלכות ימים טובים חלק א הלכות ימים טובים חלק ב דער עוז והדר אנשטאלט האט ארויסגעגעבן דעם משנה ברורה
  • תורה. שבת פרשת לך לך קען נאר געפאלן אין די טעג ח חשוון, י חשוון, י א חשוון, י ג חשוון. וויקיווארט - ווערטלעך און דברי תורה אויף סדרות און ימים טובים
  • צוריקגעקומען פון חרן קיין ארץ ישראל. אין דעם סוף פון דער פרשה ווערט געברענגט די תולדות פון עשו. וויקיווארט - ווערטלעך און דברי תורה אויף סדרות און ימים טובים
  • שמחת הרגל איז א ספר פון חיד א, אויף די ימים טובים דאס האט דריי חלקים, איין חלק אויף חג הפסח דאס איז דער דער פירוש אויף הגדה של פסח. און אויך מוסר און
  • חסידים איז דאס א פארברענגען אדער טיש. ביי אידן איז דאס בעיקר שבת און ימים טובים וואסארא סארטן געטראנקען און עסנווארג? בילקעלעך געפילטע פיש קארטאפל קוגל
  • צו און האלטן מיט ווי זייער רבי עסט און פראוועט א סעודה למשל שבתים און ימים טובים געווייליך זינגט מען די זמירות און אנדערע ווארימע ניגונים, אפשר אויך א
  • ואני ווי אויך די ברכת יעקב פאר די שבטים פאר זיין פטירה. שבת פרשת ויחי געפאלט אום די טעג: וויקיווארט - ווערטלעך און דברי תורה אויף סדרות און ימים טובים
  • ימים נוראים - איו אידיש: פארכטיגע טעג דאס זענען טעג וואס הויבן זיך אן ראש השנה און ענדיגן זיך יום כיפור, לויט טייל איז דאס פון דעם ערשטן טאג סליחות
  • באשטייט פון דרייצן קליינע מעשיות און די צווייטע, וועלכע לויפט אויפן סדר פון ימים טובים עלף. אלץ אינאיינעם איז עס צוויי הונדערט און איין און דרייסיג זייטן.
                                     

חמשה עשר באב

חמשה עשר באב איז דער פופצנטער טאג אין חודש אב, וואס פלעג אמאל זיין א גרויסער יו"ט ביי יידן. אין דער משנה סוף מסכת תענית, שטייט אזוי: די משנה פארציילט אז יידישע מיידלעך האבן אויסגעניצט די געלעגנהייט פון דער יום־טוב צו גיין טאנצן אין די וויינגארטנס בכדי אויסצוזוכן א פאסיגן חתן. כדי נישט צו פארשעמן די מיידלעך פון ארימע משפחות פלעגן אלע גיין נאר אין געבארגטע קליידער. חז"ל רעכענען אויס זעקס טעמים פארוואס חמשה עשר באב איז א יום־טוב.

                                     

מוסף

מוסף איז איינע פון די תפילות וואס יידן דאווענען. מען זאגט נישט מוסף יעדן טאג, נאר שבת, יום טוב, חול המועד און ראש חודש. די צייט פֿון מוסף איז נאך שחרית א גאנצן טאג, אבער לכתחילה זאל מען דאווענען מוסף פאר זיבן שעהן אין טאג. פאר מוסף טאר מען נישט עסן א סעודה, אבער מען מעג טועם זיין א ביסל. (שבת און יום טוב מאכט מען קידוש פארן טועם זיין.

                                     

נעילת החג

נעילת החג איז די צייט וואס עס ענדיגט זיך א יום טוב. אין אסאך בתי מדרשים, חסידישע הויפן און ישיבות פירט מען זיך אז מען קומט זיך צוזאמען אין דער צייט און מען פארברענגט און זינגט צוזאמען.

                                     

שמיני עצרת

נאָמען פֿון 8טן טאָג אין סוכּות ; איז אַ באַזונדערער יום–טובֿ; אין חומש ױקרא כ”ג, במדבר כ”ט הײסט עס ביום השמיני "עצרת היא", "עצרת תהיה לכם" ; צוליב דעם װאָס ער איז שױן אַ באַזונדערער יום–טובֿ איז די פֿראַגע צי דאַרף מען זיצן אין סוכּה; חסידים זענען זיך נוהג בײַנאַכט נישט צו זיצן אין סוכּה, נאָר בײַטאָג יאָ צו זײַן אין סוכּה. בײַם דאַװענען אין מוסף זאָגט מען "גשם". טײל זענען זיך נוהג אין שמיני עצרת צו לײענען "קהלת". חסידים זענען זיך נוהג בײַנאַכט צו שמיני עצרת אײַנצואָרדענען אין שול "הקפות".