ⓘ יידישע זשורנאלן ..

אויפן שוועל

אויפֿן שוועל איז א זשורנאל אויף יודיש וועלכע קומט ארויס זינט 1941 און ערשיינט היינט צו טאג, דורך די יידיש ליגע, אומגעפער דריי מאל א יאהר. די יעצטיגע רעדאקטארין איז שבע צוקער.

אידישער טריביון

דער אידישער טריביון איז געווען א וועכנטליכע פרומע פובליקאציע אויף יודיש פאר דער יודישער פאמיליע, און באשטייט פון 48 זייטן. ער האט אנגעהויבן ערשיינען ערב סוכות התשע"ה און איז אנהייב געווארן פארשפרייט אין אכצן טויזנט קאפיעס, פון אנפאנג פאר אומזיסט, אין וויליאמסבורג; בארא פארק; מאנסי און קרית יואל, אין בתי מדרשים און קראמען און נאך געשעפטן אין די געגנטער וואו מרעדט יודיש. שפעטער האבן זיי אנגעהויבן צו בעטן געלט, און איז געווען אן אויפגעכאפטער אידישער אויסגאבע פאר עטליכע יאר. דער טריביון האט פארמאגט איין הויפט ארטיקל יעדע וואך, וואס נעמט אויף ארום 8-10 זייטן, און צייכנט זיך אויס מיטן באשרייבן נ ...

דזשואיש ווארלד רעוויו

דזשואיש ווארלד רעוויו Jewish World Review איז א וועב סייט וואס ווערט דערהיינטיקט יעדן טאג אינדערפרי, 5 טעג א וואך, מיט קאלוםס און קאריקטורען מיט חיזוק אין לעבן א.א.וו. דורך דעם חרדישן איד פון בארא פארק ר בנימין זשאלקאווסקי הי"ו, שוין נאנט צו צען יאר אין איין צוה! ר בנימין זשאלקאווסקי איז געוועזן אמאל א זשורנאליסט פארן וואל סטריט זשורנאל. דער הויפט ציל פון דעם סייט איז קירוב אז די קאנסערוועטיוו גוים און אידן זאלן נישט מיינען אז אידישקייט איז ליבעראליזם, בדרך אגב פאקט ער אויך אריין אידישע השקפה ארטיקלן און אסאך ליינער זענען שוין אזוי ארום געווארן נתקרב צו אידישקייט.

די צוקונפט

די צוקונפט איז א יידיש שפראכיקער זשורנאל רעדאגירט דורך באריס סאנדלער און גענאדי עסטרייך. עס קומט ארויס בערך איינמאל אין עטליכע חדשים ווענדענדיג וויפל מאטריאל עס זאמלט זיך אן.

דער שפאקטיוו

דער שפאקטיוו איז א חרדישער זשורנאל וואס ווערט ארויסגעגעבן און רעדאגירט דורך שמעון ראלניצקי, וואס קומט ארויס צוויי מאל א חודש. דער שפאקטיוו איז א שוועסטער אויסגאבע פון דער שטערן. דער זשורנאל קומט ארויס פול קאלירט, און ער באשרייבט איין טעמע פער אויסגאבע צוטיילט אין אסאך ארטיקלען. מען באשרייבט זייער גוט פארשידענע אינטערעסאנטע טעמעס, עס האט א הויכן סטיל פון שרייבן. זיין רעדאקטאר איז שמעון ראלינצקי פון מאנסי, א וועטאראן שרייבער פון ״דער בלאט״, וואס שרייבט אונטער די פענע נאמען ר.ש. כהן און ה.מארש און נאך נעמען. אויך האבן זיי ארטיקלען פון דעם באקאנטן חרדישן שריפטשטעלער ר הערשל פרידמאן וואס שרייבט ...

הקריה (זשורנאל)

הקריה איז דער אפיציעלער זשורנאל פון דער קרית יואלער פירערשאפט, וואס דארט ווערט געמאלדן אלע מעלדונגען. ווי אויך פון מצילי אש און שערי חמלה קרית יואל סקול דיסטריקט. עס ערשיינט יעדע שטיק צייט, אין אלגעמיין אומגעפער יעדע צוויי מאנאטן.

וועקער

וועקער איז א היימיש-יודישער זשורנאל וואס ערשיינט עטליכע מאל א יאר; דאס איז א אייגענארטיגער זאמל פון מאמרים, איבער טעמעס וואס בארירן דעם היימישן כלל. אנגעהויבן פון נייע פרומקייטן וואס דערקוטשן דעם היינטיגער דור, און אויספירלעך מיט חכמות חיצוניות וואס זענען ווארשיינליך לעגיטים אינעם היימישן לאגער. אנגעהויבן האט זיך עס פון א זאמעל מאמרים וואס זענען געשריבן געווארן אינעם קאווע שטיבל וועבזייטל, וואס איז היבש ליבעראל - מילד גערעדט. אבער מיט דער צייט איז עס געווארן אייגנארטיג, מיט פאסיגע ארטיקלען, וואס זענען גענוג כשר פארן היימישן באלבאטישן שטוב, און איז היבש באלאנסירט מיט אירע טעמעס, כאטש ווייני ...

לעבנס פראגן

לעבּנס־פֿראַגן איז אַ ייִדישער קולטור-געזעלשאַפֿטלעכער זשורנאַל װאָס דערשיינט רעגולער יעדע צװײ חדשים. דער זשורנאַל װערט אַרויסגעגעבן דורך דעם "אַרבעטער-רינג" אין ישראל שוין דאָס 56-סטע יאָר. ער דערשײַנט װי אַ פֿילזײַטיקער קולטור-געזעלשאַפֿטלעכער מאַגאַזין און ברענגט אַרויס די אַקטועלע פּראָבלעמען, װאָס באַשעפֿטיקן דעם קולטורעלן און באַװוּסטזיניקן ייִדישן לייענער אין לאַנד און אין דער ייִדישער װעלט. דער זשורנאַל איז געגרינדעט געװאָרן אין מײַ 1951 דורך אַ גרופּע בונדיסטן, װאָס האָבן זיך באַזעצט אין לאַנד פֿון פֿריִער און אַזעלכע, װאָס זענען געקומען אַהער מיטן עליה-שטראָם פֿון אייראָפּע נאָכן ...

מאמענט (ענגליש)

מאמענט איז אן אמעריקאנער, סעקולערער ענגליש־שפראכיגער יודישע מאגאזין באזירט אין וואשינגטאן די סי, געגרינדעט אין 1975 דורך אלי וויזעל און ערשיינט זעקס מאל א יאהר מיט ארום פינעף-אוןזעכציג טויזנט אבאנירער. עס הייסט נאך דער ווארשעווער יודישער צייטונג דער מאמענט. מען קען אויך אבאנירן צו לייענען אים דיגיטאליש.