ⓘ ענערגיע ..

ענערגיע

ענערגיע אין אלגעמיין איז דאס דער קאנצעפט פון "א פאטענצאל צו מאכן טויש" אין פיזיק איז דאס די מעסטונג ווילאנג מען קען אנהאלטן די ארויסגעבונג פון פאוער. אדער ווילאנג מען קען אנהאלטן מעכאנישע ארבעט. פאוער איז די ראטע ווי שנעל עס נעמט מעכאנישע ארבעט אבער ענערגיע איז די מעגליכקייט דאס צו טאן. עס זענען דא עטלעכע סארטן ענערגיע: עלעקטערישע ענערגיע פאנטציאנאלע ענערגיע קינעטישע ענערגיע היץ כעמישע ענערגיע ענערגיע קען ווערן פארוואנדלט פון איין פארעם אין אן אנדער פארעם, אבער לויטן פרינציפ פון קאנסערווירונג פון ענערגיע דער גאנצער סכום פון ענערגיע אין א סיסטעם ענדערט זיך נישט. די פארבינדונג צווישן היץ און ...

BP

BP איז די דריטשע גרעסטע קארפאראציע אין דער וועלט אין דעם געביט פון נאפט, גאז און פעטראכעמיע. ביז 2000 האט די פירמע געהייסטן British Petroleum. די פירמע איז הויפטקווארטירט אין לאנדאן, ענגלאנד. אירע אקציעס ווערן געהאנדלט אין די בערזעס פון לאנדאן, ניו יארק און טאקיא. BP איז א צוזאמען געשלאסענע גאז פראדוקציע קאמפאני, וואס האט אינקארפארירט אין זיך דער צווייט גרעסטער וועלטס גאז אימפעריע עמאקא Amoco אום מאי 2010 האט די פירמע באקומען גרויס נעגאטיווע דעקונג, צוליב אן אויל-אויסגוס וואס האט פאסירט אויף איינע פון די פירמעס פלאטפארמעס נעבן די לואיזיאנאר ברעגן, אבער ווי זאגט די וועלט נעגאטיווע פובליסטי ...

אפעק

אפע"ק איז א קארטעל פון צוועלף לענדער וואס האלט אן א מאנאפאל איבער דער וועלטס גרעסטן חלק אויל גראבונגען אז די פרייזן זאלן נישט צופיל פאלן, נאר די אראבישע ליגע מיט זייערע אייראפעער פריינד זאלן זיך קענען אנפילן די טאשן אויף די אמעריקאנער ענערגיע הונגעריגע מענטשן, וואס פאר אן אמת געזאגט היינט איז זייער מאכט שוין היבש געפאלן ווען מען טרעפט אויל אין אנדערע לענדער, ווי אויך הייבט מען אן צו נוצן מער עטאנאל. אבער רוסלאנד איז דער גרויסער בער וואס מאכט אן צרות איבעראל כדי ער זאל קענען מאכן געלד אויף זיינע גרויסע אויל רעזערווארן. אפעק איז הויפטקווארטירט אין ווין.

באטעריע

אן עלעקטרישע באַטעריע איז א צוזאמענשטעל פון געוויסע מאטעריאלן וואס האט דעם כח פארוואנדלען כעמישע ענערגיע אין עלעקטרישער ענערגיע. א באטעריע גיט ארויס אן עלעקטרישן שטראם וואס דאס טוט ערמעגליכן אז מאשינען א.ד.ג. זאלן האבן דעם קראפט מיט וואס צו ארבעטן גענוי ווי ווען מען שטעקט אריין אין וואנט א מאשין. עס איז דא אויף עטליכע ערליי פארמאטן און שטארקייטן וואלטאזש 12 וואלטאזש, ווערט גענוצט פאר אויטאמאבילן. cr2 ווערט גענוצט פאר פארשידענע מעכאנישע געצייג, די מערסט באקאנטע זענען קאמערעס, אזוי אויך עלקטעראנישע טיימערס B איז אויך כמעט אן אומבאנוצטע סארט. C ווערט גענוצט פאר עטוואס גרעסערע מאשינען צ.ב.ש. ג ...

דערנייבארע ענערגיע

דערנייבארע ענערגיע איז ענערגיע גענערירט פון נאטורלעכע רעסורסן - ווי זון שיין, ווינט, רעגן, כוואליעס די דאזיגע מקורות פון נאטור ענדיגן זיך קיינמאל ווי למשל די ענערגיע שטאפן ווי אויל גאז קוילן און גאזאלין וואס ווי מער מנוצט זיי אלץ מער נוצט זי זיך אויס פונעם נאטור און ווערט ווינציגער און ווינציגער. די דאָזיקע מענטשן װאָס זאָרגן זיך צו לעבן לױט אַ סוסטאַניבאַלע לעבן לעבנסשטײגער באַנוצן זיך בלױז מיט דערנײבאַרע ענערגיִע.

טערמאדינאמיק

טערמאדינאַמיק איז א צווייג פון פיזיק וואס שטודירט ווי היץ באוועגט זיך פון איין אביעקט צו א צווייטן. אויך שטודירט עס די ענדערונג פון דרוק און פארנעם פון אביעקטן, און ווי היץ ווערט פארוואנדלט אין אנדערע סארטן ענערגיע. טערמאדינאמיק האט זיך אנטוויקלט כדי צו שטודירן די עפעקטיווקייט פון מאטארן פון דעם 18טן יארהונדערט ביזן 20סטן יארהונדערט. עס זענען פאראן פיר געזעצן פון טערמאדינאמיק. דער ערשטער געזעץ זאגט אז היץ קען אריבערגיין צווישן פיזישע סיסטעמען. דער צווייטער געזעץ זאגט אז א פיזישע סיסטעם האט ענטראפיע, וואס באגרענעצט וויפיל טערמא־דינאמישע ארבעט איז פאראן אין דער סיסטעם צו שאפן היץ. א וויכטיקע ...