ⓘ כנסת דעפוטאטן ..

אבא אבן

אבא אבן איז געווען א פאפולערער ישראל דיפלאמאט, און פאליטיקער, וואס אין דער וועלט, איז ער געווארן זייער אנגענומען, דוקא אין ישראל נישט.

יהודה מאיר אבראמאוויטש

הרב יהודה מאיר אבראמאוויטש איז געווען א ישראלדיקער פאליטיקער. ער איז געווען דער פארזיצער פונעם וועלטלעכן עקסעקוטיוו פון אגודת ישראל פון 1980–2007, אלגעמיינער סעקרעטאר פון אגודת ישראל אין די אנהייב יארן פון מדינת ישראל און א כנסת דעפוטאט אין דעם זיבעטן, אכטן און ניינטן כנסת. פון 1977 ביז 1981 איז ער געווען וויצע-פארזיציער פונעם כנסת.

ישראל אייכלער

ישראל יצחק אייכלער איז דער גענעראל און פאליטישער פירער פון בעלזא חסידות, דינט אלס רעדאקטאר יארן לאנג פון זייער צייטונג המחנה החרדי געדינט אלס כנסת דעפוטאט פון זייער חסידות פון 2003-2005, און נאכאמאל אין 2011. א געשליפן צינגל און גרויסע דענקער טראכטער און פאלעמיק, און ועל כולם א ווארימער חסידישער איד מיט א ברייטן שמייכל שטענדיק. ער טרעט כסדר אויף די איזראלעישע טעלעוויזיע און ראדיא און צייטונגען צו פארטרעטען און קעמפן פאר רעליגיע. אייכלער איז פארהייראט און האט 14 קינדער. ער וואוינט אין קרית בעלזא, ירושלים. ער איז א ברודער פונעם זשורנאליסט יעקב אייכלער. דערצו איין זון פון אים, דוב אייכלער, אי ...

יגאל אלון

געבוירן מיטן נאמען יגאל פייקאוויטש, אין פאלעסטינע, אין א פאמיליע וואס האט זיך אפגעגעבן מיט אגריקולטור. צו זיין בר מצווה האט זיין טאטע אים געגעבן א ביקס אלס מתנה, צו היטן דאס דארף פון אראבישע באנדיטן, דאס איז געווען זיין חינוך אלס מיליטערישער מאן. ער האט געדינט אין די ספעציעלע נאכט רינגען, אין דעם פלמ"ח, ווי ער איז שפעטער געווארן קאמאנדיר, נאך דעם קאמאנדיר וואס האט אים זעלבסט אריינגעברענגט אינעם פלמ"ח, יצחק שדה. ווען דער פלמ"ח איז צונויפגעשמאלצן געווארן מיט צה"ל, האט ער אנגעפירט די קאמף אויפן דרום פראנט, מיט עגיפטן ביי די מלחמת השחרור, און אריבערגעפירט די קאמף אויפן סיני האלב אינדזל, קיין ע ...

אהוד אלמערט

אלמערט איז געבוירן געווארן נישט ווייט פון בנימינה צו זיין מרדכי אלמערט און בעלא וואגמאן. איבער גענומען אריאל שרון נאך זײן אנפאל. געוועזן בירגערמייסטער פון ירושלים. אײנער פון זיינע צװיי זין איז א יורד וואס װוינט אין אמעריקע און דער צווייטר האָט נישט געוואלט דינען אין צה"ל און איז אַ סטודענט אין פראַנקרײַך. איינע פון זיינע צוויי טעכטער איז א לעזביאנקע. אין מיי 2014 האט מען אים פאראורטיילט אויף זעקס יאר טורמע און א קנס פון א מיליאן שקל פאר נעמען שוחד אין דער האלילאנד פרשה. אום 30סטן אויגוסט 2009, א יאָר נאכן איינגעבן זיין רעזיגנאציע בריוו, איז אָלמערט אנגעקלאָגן געוואָרן, אין דעם ירושלים דיסט ...

יעקב אשר

יעקב אשר איז א כנסת דעפוטאט פון יהדות התורה; ער רעפרעזענטירט די דגל התורה פארטיי. פריער איז ער געווען דער 13טער בירגערמייסטער פון בני ברק, פון 2008 ביז 2013. ער איז געווארן בירגערמייסטער פון בני ברק אין 2008 אן וואלן וויבאלד ער איז געווען דער איינציקער קאנדידאט, צוליב א ראטאציע הסכם צווישן די דגל התורה און אגודת ישראל פארטייען. דער פריעריקער בירגערמייסטער איז געווען ישכר פראנקנטאהל, פון אגודת ישראל. אשר האט פריער קאנדידירט צו ווערן פארזיצער פונעם אלעד ראט, אבער צוריאל קריספל האט אים געזיגט. נאכער איז אשר אריין אין דער קאאליציע און איז געווארן וויצע־ראטפארזיצער, ביז ער איז צוריק אין בני ברק ...

                                     

צביה גרינפעלד

צביה גרינפעלד איז א ישראלישע פאליטיקערין און א געוועזענער כנסת דעפוטאט. גרינפעלד איז געבוירן געווארן אין ירושלים צו א חרדישער משפחה, און געלערנט אין בית יעקב שולעס. זי האט שטודירט אין אן ישראלדיגן אוניווערסיטעט און שיקט אירע קינדער אין מזרחי שולעס, אבער דאס האלט זי נישט צוריק פון זיך רופן חרדיש, זי האט ארויסגעגעבן א בוך קריטיקירענדיג דעם חרדישן לעבנסשטייגער, און זי וואוינט אין דעם חרדישן הר נוף געגנט פון ירושלים. זי האט געוואונען דאס זעקסטע פלאץ אין דער מרץ פרייער פארטיי.

                                     

פרידזשא זאארעץ

הרב פֿרידזשאַ זאָאַרעץ איז געווען א שרייבער און דיכטער, א לערער פון העברעאיש, א ציוניסטישער אקטיוויסט. נאָכן אימיגרירן פון ליביע קיין ישראל, האָט ער געדינט אלס כנסת דעפוטאט פון דער נאציאנאל־רעליגיעזער פארטיי אין דער דריטער, פערטער, פינפטער און זעקסטער כנסת.

                                     

אורי סעבאג

אורי סעבאַג איז א ישראלישער אינזשעניר, וועלכער האט געדינט אלס כנסת דעפוטאט פון דער ארבעטס-פארטיי. ער איז דער מחבר פונעם בוך ״אין לי ארץ אחרת״ ‏.

                                     

אתי חוה עטייה

עטי חוה עטייה איז א כנסת מיטגליד פון דער ליכוד פארטיי. זי איז געווען דער שטאב שעף פון חיים כ"ץ, מיניסטער פון ארבעט, וועלפער און סאציאלע באדינונגען פֿון 2015 ביז דעם סוף פון 2018. ‏