ⓘ געביידעס ..

82 ליע עוועניו

82 לי עוועניו, אדער ווי מרופט עס אין קורץ "עידי טו" איז דער הויפטקווארטיר פון די סאטמארער זאלוינים, אין וויליאמסבורג, ברוקלין. עס ליגט ביי לי עוועניו צווישן ראדני סטריט און די בי קיו אי הייוועי. עס באשטייט פון א גרויסן בנין, דער גאנצער אונטערשטער שטאק איז די גרויסע סאטמארער זאלוינים יאטקע, די אויבערשטע שטאקן זענען די אפיסעס אין די הויפט קווארטירן פון די סאטמארער זאלוינים וויליאמסבורגע מוסדות. היינט צוטאג ווערט עס פארעכנט אלס א זאלוינים הויפטקוואטיר, וויבאלד די מוסדות ווערט געפירט דורך די זאלוינים, די אהרונים האבן זיך געעפנט איין אייגן בוטשער מיט צוויי געשפעטן און אויך אייגענע מוסדות, דארט ...

אינטערנאט

אסאך ישיבות האבן א פלאץ ווי בחורים שלאפן ווען זיי זענען אין א ישיבה אוועק פון שטוב. רוב ישיבות וועלכע נעמען אריין בחורים פון אויסערן שטאט שטעלן צו א פלאץ פאר די בחורים צו שלאפן. די באוואוסטע מירער ישיבה אין ירושלים, זייענדיג די גרעסטע ישיבה אין דער וועלט, ערלויבט די בחורים זיך אליינס צו דינגען א פלאץ ווי צו שלאפן, אבער רוב בחורים האבן א פלאץ אין איינעם פון די אינטערנאטן. אין אינטערנאטן זענען דא תקנות ווען מען מעג זיך דארט דרייען, און רוב ישיבות פארבאטן די טירן פון די שטובער פון צו האבן שלעסער כדי צו פארמיידן דברים אשר לא יעשו.

באקינגהאם פאלאץ

באַקינגהאַם פאַלאַץ איז א פאלאץ אין דער סיטי פון וועסטמינסטער אין צענטראל לאנדאן, ענגלאנד, אין דעם פאראייניגטן קעניגרייך. דארט וואוינט דער בריטישער מאנארך. דזשאן שעפילד, ערשטער הערצאג פון באקינגהאם און נארמאנדי, האט געבויט באקינגהאם פאלאץ אין 1703 ווי א שטאטהויז זיין וואוינונג אין לאנדאן. די בריטישע קעניגלעכע פאמיליע האט געקויפט דאס הויז אין 1761. ער איז געווארן די אפיציעלע היים פון דער פאמיליע אין 1837, און שפעטער אינעם 19טן יארהונדערט האט מען אים פארגרעסערט. ער האט 775 צימערן, 19 שטאַט־צימערן און 78 באדצימערן. די גאס וואס פירט צום פאלאץ איז א צערעמאנישע גאס וואס הייסט דער מאל.

באראלא פאלאץ

באַראלא איז א וואלקן קראצער ביוראען געביידע וואס געפינט זיך אין 1370 מיי עוועניו, בוענאס איירעס, ארגענטינע. די געביידע דערגרייכט א הייך פון 100 מעטער און האט 22 שטאק. זי איז געפלאנעוועט געווארן דורכן ארכיטעקט מאריא פאלאנטי אינעם עקלעקטישן סטיל, און מ׳האט זי געבויט צווישן די יארן 1923-1919. ווען מ׳האט געענדיגט בויען די געביידע איז זי געווען די העכסטע געביידע אין דער שטאט און אין גאנץ דרום אמעריקע. אין 1997 האט מען געמאלדן די געביידע א נאציאנאלער היסטארישער ארט.‏

טאזש מאהאל

דער טאַזש מאַהאַל איז א מאווזאליי געבויט אינעם 17טן יארהונדערט דורכן מאגול הערשער שאה דזשאהאן אלס אנדענק פאר זיין ווייב, מומטאז מאהאל. די געביידע געפינט זיך אויפן דרום ברעג פונעם טייך יאמונע אין דער שטאט אגרא, אוטאר פראדעש, אינדיע. א סאך מענטשן האלטן זי פאר איינער פון די שענסטע געביידעס אין דער וועלט, און זי איז פון אינדיעס גרעסטע טוריסטן אטראקציעס. די געביידע איז באפוצט מיט שיינער קאליגראפיע געשריבן דורכן פערסישן ארכיטעקט און קאליגראף, אמאנאט כאן שיראזי. די לעגענדע דערציילט אז ווען ער האט געענדיקט בויען דעם טאזש מאהאל האט דער קייסער אפגעהאקט זיינע הענט, כדי ער זאל נישט קענען בויען נאך אזא ...

פארטענאן

דער פאַרטענאן איז א גריכישער טעמפל אויפן אקראפאליס פון אטען, גריכנלאנד. מען האט אנגעהויבן בויען אים אין 447- אין די שפיץ יארן פון דער אטענישער אימפעריע און געענדיקט אין 438-. דעם 26סטן סעפטעמבער 1687 איז דער פארטענאן טיילווייז אומגעווארפן צוליב דעם אויפרייס פון א געווער מאגאזין וואס האט געכאפט אן ארטילעריע־קויל אין דער מלחמה צווישן ווענעדיג און די אטאמאנער. אין 1806 האט גראף עלגין, מיט רשות פון דער אטאמאנישער אימפעריע, גענומען עטלעכע איבערגעבליבענע סקולפטורן פונעם פארטענאן, און האט זיי פארקויפט אין 1816 צום בריטישן מוזיי, וואו מקען זיי היינט זען. די סקולפטורן ווערן גערופן די "עלגין מארמארש ...

צענטראל-סינאגאגע

די צענטראַל סינאַגאָגע איז א רעפארם טעמפל ביים ווינקל פון לעקסינגטאן סטריט אין מאנהעטן ניו יארק, געבויעט אין יאהר 1872 אויפן מוסטער פון א שוהל אין בודאפעסט. די געביידע איז א לענדמארק און די עלצטע שוהל אין די געגנט וואס איז נאך אין וועכנטליכן באנוץ. אין ו אלול תשנ"ח האט די שוהל געליטן פון א גרויסן פייער און די דאך איז צוזאמגעפאלן. מהאט מער נישט געקענט דאווענען דערין ביז כ"א אלול התשס"א ווען מהאט עס צוריק געעפנט אין א גרויסע צערעמאניע. מקען מיטהאלטן דאס דאווענען לייוו יעדן פרייטאג צונאכטס, שבת אינדערפריה און ימים טובים דורך זייער וועבסייט אדער אויפן דזשעי בי עס טעלעוויזיע קאנאל - נאר פרייטיג ...

                                     

איטאליע בנין

איטאליע בנין איז אַ וואלקן קראצער אין דער שטאָט סאַו פּאַולאָ. עס איז דאס צווייטע גרעסטער בנין אין בראזיל, 168 פֿיס הויך אויף 46 שטאק.

                                     

אלטינא אראנטעס בנין

דער אַלטינאָ אַראַנטעס בנין איז אַ וואלקן קראצער אין דער שטאָט סאַו פּאַולאָ. ער איז דער פערטער העכסטער בנין אין בראזיל, 161 מעטער הויך אויף 40 שטאק.

                                     

באלקאן

א באַלקאן אדער גאַניק איז א צימערל אויפן שטאק פון א געביידע וואס שטעקט ארויס. ער איז געוויינטלעך ארומגענומען מיט א מעקה כדי מענטשן זאלן נישט פֿאַלן אראָפ.

                                     

בורדזש כאליפא

בורדזש כאַליפֿאַ איז א וואלקן קראצער אין דוביי, פאראייניגטע אראבישע עמיראטן. מהאט אנגעהויבן בויען דעם 21סטן סעפטעמבער 2004. בשעת ווען מען האט אים געבויט האט מען גערופן דעם טורעם בורדזש דוביי, אבער ביים עפענען דעם 4טן יאנואר 2010 האט מען געגעבן די געביידע דעם נאמען פון כאליפא בין זייד אל נאחיאן, דער פרעזידענט פון די פאראיניגטע אראבישע עמיראטן. דער טורעם איז הויך 829.84 און איז דער העכסטער געבויטער סטרוקטור אין דער וועלט. די געביידע האט 163 שטאק. די ליפטן פארן זייער גיך, 64 ק"מ/שעה.

                                     

גאניק

א גאַניק: אַן אױפגעבױטער סטרוקטור פאָרנט פון אַ הױז אָדער דירה װאָס דעקט אַ טיר פון אַ הױז אױף אַלע זײטן און אױף װאָס אַ מענטש קען זיצן. געװענטלעך אױף גאַניקס געפינט מען בענקלעך װאו מענטשן זיצן בעת די װאַרעמע זומערע חדשים. גרױסע גאַניקס אין די פאַראײניקטע שטאַטן אָפט מאָל פאַרמאָגן אױכעט קלײנע הױדעס װאָס ממאַכט פון בענקלעך מיט קישן מיט קײטן װאָס זענען צוגעבונדן צו דער דאַך פונעם גאַניק.

                                     

קאווע שטיבל

צו מיינט איר וויקיפעדיע:קאווע שטיבל אדער קאווע שטיבל? קאווע-שטיבל איז א זייטיגע שטוב פון א בית המדרש, כולל, אדער א ארבעטס פלאץ, צוגעשטעלט אלע באדערפענישן צו מאכן קאווע, ווען מען מאכט דארטן קאווע כאפט מען שוין א שמועס אין אנדערע ענינים. דער נאמען "קאווע שטיבל" איז כמעט נישטא אין אנדערע גויאישע קולטורן, עס ווערט בעיקר בלויז אויסגענוצט אין די חרדישע וועלט פון כוללים און ישיבות מיט שולן. און אין דער גויאישער וועלט ווערט דאס אונגערופן "קאפיטעריע".