ⓘ מאנאטעיזם. מאָנאָטעיִזם איז די ערקלערונג אז מען גלויבט נאָר אין איין גאט. די גלויבונג איז אז דער איינער גאט האט באשאפן די וועלט, איז אלמעכטיג, געפינט זיך אומעטו ..

                                     

ⓘ מאנאטעיזם

מאָנאָטעיִזם איז די ערקלערונג אז מען גלויבט נאָר אין איין גאט. די גלויבונג איז אז דער איינער גאט האט באשאפן די וועלט, איז אלמעכטיג, געפינט זיך אומעטום, ווייסט אלץ און פירט די וועלט.

די רעליגיאנען וואס גלויבן אין איין גאט זיינען: אידישקייט, איסלאם און קריסטנטום. היינט צו-טאג גלייבן רוב וועלט - בערך 60-55% פון דער וועלט באפעלקערונג - אין איין גאט; און אז דער אייבישטער האט זיך באוויזן ביים בארג סיני; און אז משה רבינו איז געווען א נביא.