ⓘ עסנווארג און געטראנקען שטומף ..

בוימל

בוימל אדער אויל איז א פליסיג עסנווארג וואס ווערט ארויסגעפרעסט פון פארשידענע פרוכט, ירקות, תבואה. א.א.וו. למשל איילבירטן, קוקוריזע, ניסלעך און זונרויזן. אזוי ווי בוימל קאכט אסאך הייסער ווי וואסער, ניצט מען דאס אסאך צו פרעגלן פיש, אייער, פלייש און אנדערע עסן. מניצט בוימל אויך צו געבן א געשמאק אין סאלאטן.

בראנפן

בראָנפֿן, שנאַפּס ספּיריט אדער מַשקה באדייט א שארפער אלקאהאליש געטראנק געמאכט דורך דיסטילירן א פליסיגקייט וואס אנטהאלט שוין אלקאהאל און דורך אויסדעמפן די וואסער אדער שטעלן צום יעהרן באקומט מען דעם שארפערן משקה. דאס ווערט דורך טייל גערופן "טרייבן בראנפן". בראנפנס האבן א היפש העכערן פראצענט אלקאהאל אין זיך ווי וויין און ביער, געווענליך דאפלט.

וויסקי

וויסקי איז א סארט אלקאהאליש געטראנק געמאכט פון תבואה אדער קוקורוזע. ארגינעל איז עס ווייס, נאר געווענליך לאזט מען עס זיך עלטערן אין ספעציעלע האלצערנע פעסער וועלכע געבן עס איהר אייגנארטיגע טעם און קאליר. רוב סארטן וויסקי אנטהאלטן ארום פערציג פראצענט אלקאהאל. די אופן ווי אזוי מען מאכט וויסקי ווערט שטרענג קאנטראלירט, און יעדע לאנד האט באזונדערע געזעצן דערויף.

עופות

עופות זענען אזעלכע פויגלען וואס מען האדעוועט פאר זייער פלייש, אייער און פעדערן. דאס איז כולל הינער, אינדיקעס, גענז און קאטשקעס. אויך טויבן און פאזאנען זענען עופות. דאס פלייש פון עופות קען מען קאכן גאנץ גרינג; אפטמאל טוט מען עס בראטן אדער פרעגלען. דאס עיקר פלייש פון אן עוף איז דאס ברוסטפלייש ווײַס פֿלייש און די פאלקע פֿלייש אויף די פיס. פונעם ווייסן פלייש קען מאכן שניצל. לעבערלעך פון עופות זענען גוט פאר געהאקטע לעבער. דעם גארגל אין דעם פופיק קאכט מען אין וואסער צו מאכן יויך. שמאלץ איז געמאכט פון פעט פון עופות. אומגעפער 30% פון פלייש וואס מען עסט איבער דער וועלט איז עופות פלייש. זעכצן ביליאן ...

פיצא

פיצאַ איז אן איטאליענישער געבאקענער מאכל, געמאכט פון א דין קיילעכדיג פלאך ברויט באדעקט מיט א שיכט פון טאמאטע סאס און הארטע קעז. פיצא איז געברענגט געווארן קיין אמעריקע דורך די איטאליענער וועלכע פלעגט ווערן געמאכט אויף א קאמפליצירטן אופן, אין אמעריקע האט מען געטוישט דעם רעצעפט און איז געווארן א שטארק פארשפרייטער און באקאנטער מאכל אין אמעריקע אלס א פעס"ט פו"ד און דערנאך איבער דער וועלט. פיצא ווערט געווענטליך געמאכט מיט טייג און דערויף לייגט מען "פיצא סאוס" וואס ווערט געמאכט פון טאמאטעס מיט קעז. עס זענען אויף פארהאט אסאך סארט אויסלייגן פון פיצא ווי למשל מיט אדער אן קעז, מיט גרינצייג, שוואמען א ...

קאקאא

קאקאַאָ איז דער אויסגעטרוקנט זוימען פונעם קאקאא בוים פון וואס מען פאבריצירט שאקאלאד. "קאקאא" קען אויך זיין קאקאא פולווער וואס קומט פון צעמאלן די קאקאא זוימען און אוועקנעמען די קאקאא פוטער פון די טונקעלע ביטערע קאקאא סאלידן; א געטראנק פון קאקאא פולווער אריינגעמישט אין ווארעם מילך. א קאקאא שויט האט א שאלעכץ אזוינע א לעדערנע, וואס קען זיין דיק 3 ס"מ. ער איז פיל מיט א פאפ, וואס מרופט באבא דע קאקאא אין דרום אמעריקע, דאס הילט איין פון 30 ביז 50 ווייכע ראזעווע אדער לילא זוימען אדער באנדלעך זיי זען אויס ווי מאנדלן.

קאקאשעס

קאקאשעס איז דער נאָמען פון אן עסנווארג פראדוצירט פון א מין קוקורוזע קערנדלעך, וואס ווערן געהייצט ביז זיי ווערן אויפגעבלאזן און עקספלאדירט. מען קען הייצן דעם פאפקארן אין א טאפ, אַ מיקראָכוואַלניק אָדער ניצן באזונדערע געצייג פאר קאָקאָשעס. פארן הייצן געט מען צו די קערנדלעך זאַלץ און בוימל אָדער פּוטער. קאָקאָשעס אָן בוימל און זאַלץ האבן אַ הויכן פּראָצענט פון דערנערישן פיבער און האט נישט קיין נאַטריום, פעט און צוקער. אין דער מערב וועלט ווערט רעקאמענדירט נישט צו געבן קאָקאָשעס צו עופעלעך, פֿאַר מורא וועגן דערשטיקונג פון א קערנדל.

קעטשאפ

קעטשאַפּ איז א צושפייז צום עסן און איינצוטינקען געמאכט פון טאמאטע זאפט. עס קען ווערן אריינגעלייגט אין קעטשאפ אחוץ טאמאטעס אויך זויערס, זאלץ, פעפער, נעגלעך, צימערינג, ציבל און צעלער. אמאל פלעגט מען עס מאכן פון א סארט שוואמען און געווירצן. מע קען נאך היינט טרעפן די סארט קעטשאפ אין פארשידענע לענדער צב"ש בריטאניע. עס ווערט בעיקר גענוצט איינצוטונקען פרייס, טשיפס און אזוי אויך פלייש. עס איז אויך א הויפט באשטאנדטייל אין פיצא. דער הויפט פראדוצירער פון קעטשאפ איבער דער וועלט איז היינז. עס זענען פארהאן פארשידענע ערליי קעטשאפ: זיסע, זויערע און שארפע. קעטשאפ ווערט געגעסן מיט פלייש, פרענטש פרייס, מען נ ...

שמן־זית

שמן־זית איז בוימל געמאַכט פון מאַסלינעס. ער ווערט באניצט אסאך אין מיטלענדישן קאכן. עס ווערט פארעכענט ווי א בעסערע מין בוימל פון די אנדערע בוימלען. דאס איז מער א ביטערער טעם ווי אנדערע בוימלען. שמן־זית איז געווען דורכאויס די היסטאריע אין אור-אלטע צייטן ביז איצט אין טייל געגנטער דער הויפט באשטאנדטייל פון קאסמעטיק. אויך אין די צייטן פון דער תורה טרעפן מיר אז מען זאלבט מיט דעם די מלכים און כהנים. מען ניצט דאס פאַר קאָכן עסן און אויך צו מאכן מיט דעם סאָס אױף סאַלאַט, ברױט, און אַנדערע מינים עסנװאַרג.

                                     

האולוויט

האולוויט איז די סארט ברויט, מצה אדער חלה וואס די מעל דערפון איז ספעציעל געלאזט מיט די ברוינע שטיקלעך שאלאכטס פון דעם ווייץ וואס ווערט גערופן קלייען. עס מער געזונט ווי דאס געווענליכע ווייסע ברויט ווייל עס אנטהאלט אסאך פיברע וואס איז אויך גוט פאר ארויסגיין.

                                     

זאפראן

דער זאַפֿרען איז א טייערע געווירץ וואס קומט פון די קליינע אראנזשע בלומענשטויב שטאמען פון דער זומערדיגער קראקוס בלום, מער ווי פינף אין ניינציג פראצענט פון דער יערליכער זאפראן פראדוקציע איז אין איראן. נאך א וויכטיגע לאנד איז שפאניע. ער איז דאס טייערסטע געווירץ וואס איז פאראן.

                                     

זשאני וואקער

זשאני וואקער איז א מין וויסקי. עס ווערט פארקויפט אין פלעשלעך מיט עטיקעטעס פון מערערע קאלירן לויט איר קוואליטעט און טעם, רויט, שווארץ, גרין, גאלד און בלוי. עס האט א בילד פון איינעם מיט א שטעקן היט און בארד אויפן פלעשל.

                                     

לאגער (ביר)

לאַגער איז א ביר וואס ווערט געיוירן אין א נידריגער טעמפעראטור. בלאסע לאגער איז פון די מערסט געטרינקענע ביר אין די וועלט. באק פילזנער און מארזען זענען סארטן לאגערס. עס איז אויך דא טינקעלע לאגערס ווי דונקעל און שווארצביר.

                                     

ליקער

ליקער איז א זיסער בראנפן. און געווענליך מיט א געוויסן טעם. געוויינלעך האט א ליקער אן אלקאהאלישן אינהאלט פון 15% ביז 30%. עס איז פאפולער אין א"י, אבער אין אמעריקע טרינקען עס בעיקר נאר די פרויען.

                                     

לעזשער טיים

לעזשער טיים ספרינג וואסער איז א פירמע וואס פארקויפט קוואל וואסער אין פלעשער אין דעם ניו יארקער אומגעגנט. די פירמע איז הויפטקווארטירט אין קייאמישע לייק, ניו יארק.

                                     

מארשמעלא

מאַרשמעלאָ איז א זיסווארג וואס ווערט געוויינטלעך געמאכט פון צוקער אדער קוקורוזע סירויפ, וואסער, געלאטין, דעקסטרויז און טעם פודערס. מארשמעלא ווערט באנוצט אין א סאך סארטן זיסווארג, אין עסנווארג, און אויך אין א טייל געטראנקען ווי הייסע שאקאלאד.

                                     

מושקאט נוס

דער מושקאַט אדער מושקאַט נוס איז דאָס קערנדל פֿונעם טראָפּישן אַזיאַטישן מושקאַט-בױם, וואס איז ענדעמיש צו דרום אינדיע און סרי לאנקא. די מושקאַט נוס איז אַ געװירץ װאָס װערט באַנוצט פֿאַר אַ סך שפּײַזן מיט קעז און מילך, און איז אױך אַ באַשטאַנדטײַל פֿונעם אינדישן קאַרי. אין גרױסע קוואַנטומס איז מושקאַט נוס אַ דראַג און קען מאַכן שגעון אָדער אפילו טויט.

                                     

סקאטש וויסקי

סקאטש וויסקי אפט אויך גערופן פשוט סקאטש איז א וויסקי וועלכע ווערט געמאכט אין סקאטלאנד. אלע סקאטש וויסקי מוז ווערן געעלטערט כאטש דריי יאהר. מען טרעפט עס שוין דערמאנט אזוי פריה ווי אין 1495. עס ווערט רעגולירט מיט שטרענגע געזעצן וואס עס מעג גערופן ווערן סקאטש. עס ווערט געמאכט פון תבואה

                                     

פארמעזאן

פּאַרמעזאַן איז אַן איטאַליענישער קעז װאָס שטאַמט פון דער פּראָװינץ עמיליאַ ראָמאַניאַ אין איטאַליע. דאָס איז אַ קערניגער, זאַלציגער און געשמאַקער קעז װאָס דאַרף עלטערן 12 חדשים אינעם קעלער ביז ער איז צײטיג. דאָס איז די סיבה פאַר זײן טײערן פּרײז. מען באַניצט פּאַרמעזאַן צום װירצן אַ סך איטאַליענישע שפּײזן װי ספּאַגעטי, לאַזאַניאַ, פּיצאַ און קארפאטשיא.

                                     

קארי

קאַרי איז איינער פון פארשידענע פארווירצטע מאכלים, פון די אינדישן, באנגלאדעש, סרי לאנקא, אינדאנעזישן, מאלייזישן, פאקיסטאן, טיילאנדישן קיכן, און אויך די קיכן פון אנדערע לענדער אין דרום אזיע און דרום-מזרח אזיע. קארי איז געקומען אין אנהייב פון אינדיע. שפעטער האט מען געברענגט קארי מאכלים צו די מערבדיקע לענדער דורך בריטישע קאלאניאליסטן אינעם 18טן יארהונדערט.

                                     

רעסטאראן

רעסטאראן איז אזא מין געשעפט וואס טוט פארקויפן פארטיג געקאכט עסן וואס מען עסט אויפן ארט. אין אלגעמיין פארמאגט עס א דיינונג רום מיט טישן און בענקלעך זיך אראפצוזעצין עסן. אויך אין א האטעל האט מען א רעסטאראן ווו די געסט אין האטעל קענען עסן. געוויינטלעך איז אזא רעסטאראן אפן פאר אנדערע וואס וואוינען נישט אין האטעל.